דער הייליגער עטרת צבי פון זידיטשוב זי”ע האט געפירט א חסידי’שע הויף אינעם שטאט זידיטשוב, ער האט ברוב קדושתו משפיע געווען תורה וחסידות פאר זיינע תלמידים וואס זענען געקומען שעפן פונעם הייליגן קוואל תורה און יראת שמים, האט זיך געמאכט אמאל און דער הייליגער עטרת צבי איז געווארן זייער נישט געזונט ל”ע, מ’האט אריבערגערופן גאר א גרויסן דאקטער זאל קומען אונטערזוכן און היילן דעם רבי’ן.
דער דאקטער האט אונטערגעזוכט דעם רבי’ן און באשטעטיגט אז דער רבי ליידט פון אן ערנסטן מחלה ל”ע, און חוץ די רפואות וואס דער רבי וועט דארפן נעמען טאר ער בכלל נישט ארויסגיין פון שטוב פאר די קומענדיגע עטליכע וואכן ביז די מצב פארבעסערט זיך.
די געטרייע חסידים האבן ערנסט גענומען די רייד פונעם דאקטער און מ’האט זיכער געמאכט אז דער רבי גייט נישט ארויס פון שטוב, צו אלע תפילות זענען די חסידים אריבערגעקומען צום רבי’ן און מ’האט געדאווענט שחרית מנחה מעריב אינעם רבי’נס צימער.
די ידיעה פונעם מצב הבריאות פונעם עטרת צבי איז אנגעקומען קיין ראפשיץ צו זיין חבר דער הייליגער ראפשיצ’ער רב, און דער ראפשיצ’ער רב איז געפארן קיין זידיטשוב מבקר חולה זיין דעם עטרת צבי, ווען ער איז אנגעקומען קיין זידיטשוב איז שוין געווען האלב נאכט, דער ראפשיצער רב איז געווען גוט אויסגעמוטשעט פונעם וועג, און אויך איז געווען שטארק קאלט אינדרויסן און א גאנצע וועג איז געגאנגען א שניי, מיט דעם אלעם האט ער נאר אראפגעלייגט די חפצים אין אכסניא אין איז גלייך אינמיטן די נאכט געגאנגען צום הייליגן הויז צו זען וואס זיין באליבטע חבר מאכט.
גלייך ביים אנקומען אין שטוב פונעם עטרת צבי זעט ער אז די טיר פון הויז איז אפן צום פאר-צימער, דער ראפשיצ’ער רב גייט אריין, ס’איז געהעריג ליכטיג אבער ס’איז שא שטיל, ער קוקט ארום און זעט א משמש דרימלט מיטן קאפ אויפן טיש אין פאר-צימער, ער וויל נישט אויפוועקן דעם משמש און ער קוקט ווייטער און זוכט אויף דעם עטרת צבי.
זיך ארומקוקנדיג ווייטער באמערקט ער אז די טיר צום צימער פונעם עטרת צבי איז אויך אפן, ער גייט אריין אהין און זעט אז דער עטרת צבי איז נישט דארט, ס’איז אים א וואונדער וואו דער עטרת צבי קען זיין אינמיטן די נאכט, אבער ער קלערט ביי זיך אז דער עטרת צבי איז נאר ארויסגעגאנגען אויף א מינוט און וועט שוין זיין צוריק, האט ער זיך אראפגעזעצט אין פאר-צימער און געווארט.
בשעת דער ראפשיצ’ער רב ווארט אין פאר-צימער האט זיך דער משמש אויפגעכאפט פון זיין שלאף, ער קוקט זיך ארום און באמערקט גלייך ווי דער ראפשיצ’ער רב זיצט דארט, דער משמש ווערט אינגאנצן דערשראקן, וואס זוכט דא דער ראפשיצ’ער רב אינמיטן די נאכט? ער וואשט זיך שנעל די הענט און גייט צו געבן שלום פארן ראפשיצ’ער רב, דער רב באגריסט אים קורץ און פרעגט “וואו געפונט זיך יעצט דער זידיטשוב’ער רבי?”.
ענטפערט דער משמש אז ער איז אין זיין צימער און איז אנגעוויזן אין א גרויסע רפואה, דער ראפשיצ’ער רב באהאלט נישט זיין וואונדער פרעגט “איך האב דאך יעצט אריינגעקוקט אין צימער, די טיר איז געווען אפן און דער רבי איז נישט דארט, און דא זיץ איך און איך ווארט אז דער רבי זאל צוריק קומען”.
ווי נאר דער משמש הערט דאס לויפט ער גלייך ארויס אין הויף, ער זוכט אינעם גאנצן געגנט און זעט אז דער רבי איז נישט דא, ער קומט צוריק אריין אין שטוב, ער קלאפט צוזאם ביידע הענט און ברעכט אויס אין א געוויין, און אזוי וויינענדיגערהייט נעמט ער זיך דערציילן פארן ראפשיצ’ער רב, “דער רבי, די עטרת צבי איז שוין נישט געזונט אפאר וואכן, דער דאקטער האט געזאגט אז ער מעג נישט ארויסגיין פון שטוב, אלע דריי תפילות דאווענט מען דא אין שטוב”.
מ’האט פרובירט אלעס צו מסדר זיין אויפן בעסטן אופן, אבער איין זאך האט מען בשום אופן נישט געקענט אהערשטעלן, א מקוה, דער רבי גייט אסאך אין מקוה, דער רבי פירט זיך אסאך נעכט צו גיין צום טייך, זיך טובל’ן דערין און בלייבן דארט לערנען ביז אינדערפרי, ער זיצט מיטן גוף אין וואסער ביזן האלז און נאר די קאפ איז אינדרויסן פון וואסער, אין איין האנט האלט ער א ליכט, און מיטן צווייטן האנט די ספר און לערנט א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי”.
יעצט אבער אז דער רבי קען נישט ארויסגיין פון שטוב האבן די גבאים מורא געהאט אז דער רבי מיט זיין גרויס דביקות און ברען צום אויבערשטן וועט אינמיטן די נאכט יא לויפן צום טייך זיך טובל’ן און בלייבן דארט לערנען, האבן זיי מיך געדינגען צו זיין א שומר און זיצן דא אין רבי’נס שטוב יעדע נאכט און אכטונג אז דער רבי זאל ח”ו נישט ארויסגיין צום טייך ווייל עס איז דאך א סכנה פארן רבי’נס געזונט אזוי ווי דער דאקטער האט אנגעווארנט”.
היינט איז די ערשטע נאכט וואס איך בין דא צו היטן, און אנפאנג נאכט האב איך געפילט ווי א שלאף פאלט ארויף אויף מיר, זעט אויס אז דער רבי האט מיט זיין גרויס קדושה פארארבעט אז איך זאל איינשלאפן כדי איך זאל אים נישט שטערן פון זיין עבודה און ער זאל קענען גיין צום טייך”.
וואס קען איך יעצט טון” – האט דער משמש ווייטער געוויינט – “די טייך איז פארפרוירן און דער רבי האט מסתמא אויפגעהאקט א לאך אין די אייז זיך צו קענען טובל’ן, די קאלטע אייזיגע וואסער איז א סכנה פארן רבי’נס געזונט און ס’איז אויף מיין אחריות, איך האב נישט די חוצפה צו גיין צום טייך אים צוריק רופן, איך קען אים נישט שטערן פון זיין עבודת הקודש”.
פון די קול פון זיין געוויין האבן זיך אלע איבעריגע שטוב מענטשן אויפגעוועקט, אפילו די ארומיגע שכנים האבן זיך אויפגעוועקט און געקומען קוקן וואס די געוויין איז, יעדער איינער וואס האט געהערט אז דער רבי איז געגאנגען צום טייך איז געווארן שטארק בצער, ווייל דער דאקטער האט אנגעווארנט אז עס איז א גרויסע סכנה פארן רבי’ן, אבער קיינער האט זיך נישט געוואגט צו גיין צום טייך צוריק רופן דעם רבי’ן, יעדער האט מורא געהאט.
נאך א קורצע באראטונג זענען די גבאים צוגעגאנגען צום ראפשיצ’ער רב און אים געזאגט, “אונזער רבי איז אין א סכנה, דער דאקטער האט אנגעווארנט אז מ’טאר נישט צולאזן אז ער זאל צום טייך, אבער קיינער פון אונז האט נישט די חוצפה אים צו גיין רופן, אויך אפילו אונז וועל מיר יא גיין איז נישט זיכער אז דער רבי וועט אונז פאלגן, ס’איז זיכער אז דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז איר דער גוטער חבר פונעם רבי’ן – געפונט זיך דא, און מיר בעטן אייך אז איר זאלט גיין צום טייך און ארויסרופן דעם רבי’ן”.
פאר אייך וועט ער זיכער האבן דרך ארץ און פאלגן, מיר וועלן אויך מיטגיין אייך באגלייטן ביזן טייך אויסערן שטאט, אבער מיר וועלן בלייבן שטיין פונדערווייטנס, און איר וועט צוגיין צום רבי’ן אים ארויסרופן”, דער ראפשיצ’ער רב האט אנגענומען זייערע ווערטער און גלייך האט מען זיך ארויסגעלאזט צוזאמען און געגאנגען ביזן טייך אויסערן שטאט.
ווען זיי זענען אנגעקומען צום טייך האבן זיי געזען אז דער טייך איז א שטיק אייז און נאר ביים צווייטן עק טייך האט דער רבי, דער עטרת צבי, אויסגעהאקט א לאך און ער לערנט דארט מיט א הויעך קול און ער זינגט זיך אונטער מיט הייליג תנועות, אלע גבאים זענען געבלייבן ביים עק טייך און נאר דער ראפשיצ’ער רב האט ארויפשפאצירט אויפן אייזיגן טייך און צוגעגאנגען ביזן עטרת צבי.
ווען ער איז געקומען נאנט האט ער געזען אז דער רבי זאגט תהלים און ער לערנט ‘תיקוני זוהר’ מיט א גרויסע רעש און התלהבות, דער ראפשיצ’ער רב האט זיך געהאלטן שטיל אבער מיט חכמה געמאכט אז דער עטרת צבי זאל צעביסלעך באמערקן אז איינער איז דא, ווען דער עטרת צבי האט אים באמערקט האט ער זיך זייער געפריידט, ער האט ארויסגענומען זיין הייליג האנט פון אונטערן וואסער און געגעבן שלום פאר’ן ראפשיצ’ער רב און געזאגט “ברוך הבא מיין טייערע ידיד ראפשיצ’ער רב”.
וואס ברענגט אייך אהער אזוי שפעט ביינאכט”, האט דער עטרת צבי ווייטער געפרעגט, האט דער ראפשיצ’ער רב געענטפערט, “איך בין אייך געקומען בעטן איר זאלט אהיים קומען מיט מיר צו אייער הויז, ווייל איך האב געהערט אז די דאקטוירים זאגן אז ס’איז א גרויסע סכנה פאר אייך בכלל ארויסצוגיין פון שטוב, און כ”ש אריינגיין און אזעלכע קאלטע אייזיגע וואסער, ס’קען ח”ו צוקומען צו פיקוח נפש”.
האט דער עטרת צבי געענטפערט, “מיין טייערע ידיד ראפשיצ’ער רב, ס’טוט מיר וויי אז איר האט זיך מטריח געווען צו קומען ביז אהער, דאס וואס איר זאגט אז ס’איז א סכנה, לייגטס נאר אריין די הענט אינעם וואסער דא נעבן מיר וועט איר שפירן אז די וואסער איז ווארעם, ס’איז נישט דא קיין שום חשש סכנה”, דער ראפשיצ’ער האט טאקע אריינגעלייגט זיינע הייליגע הענט אינעם אייזיגן טייך און געשפירט אז די וואסער ארום דעם עטרת צבי איז פיין ווארעם, ער איז געבליבן שטיין דארט אינגאנצן איבערראשט פון די גרויסע וואונדער.
דער הייליגער עטרת צבי האט זיך אנגערופן, “מיין טייערער ידיד, מיין פלאן איז געווען זיך נאך אויפצוהאלטן דא אין טייך ביז איך ענדיג מיינע שיעורים, אבער לכבוד אייך א חשוב’ע גאסט וואס די שכינה קומט מיט מיט אייך וועל איך מיך אויפשטעלן און ארויסקומען פון טייך, און גיין מקבל פנים זיין די שכינה ביי מיר אין שטוב”.
זכותם הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.