א מאן אין די צוואנציגער יארן וועלכער האט געפירט א קאר אין נעבן די האנאווער לופטפעלד אין דייטשלאנד, האט נעכטן אראפגעהאקט א בלאקאדע צום לופטפעלד און איז אריינגעפארן אין א ראנוועי.
די זיכערהייט אגענטן האבן באלד אפגעשפארט דעם לופטפעלד, און צענדליגע פליה רייזעס זענען אפגערופן געווארן פאר מער ווי פיר שטונדן צוליב דעם אינצידענט.
ווי די פאליציי באריכטעט, איז ער נאכגעפארן א פלייט פון די גריכטישע איידזשיען אירליינס, וואס האט געהאלטן אינמיטן לאנדן.
די פאליציאנטן האבן אים געצווינגען זיך אפצושטעלן, און געזען אז דער דרייווער איז געווען צומישט און אונטער די איינפלוס פון דראגס.
באזונדער איז געווען אינטערעסאנט צו באמערקן אז די קאר האט פארמאגט א פוילישער לייסענס טאוועל אויף זיין קאר.
טרענירטע אנטי-באמבע קרעפטן האבן אונטערזיכט דעם קאר און נישט געטראפן גארנישט פארדעכטיג. דער דרייווער איז אוועק געפירט געווארן אין ארעסט, און מער דעטאלן איבער דעם דרייווער איז נישט ארויסגעגעבן געווארן.
האנאווער איז נישט קיין צענטראלער שטאט אין דייטשלאנד, אבער דאך קומען יערליך אן אין דעם לופטפעלד אזויפיל ווי 5.87 מיליאן מענטשן אהין.