פאליטישע נייעס און ארטיקלען

רוסלאנד’ס פוטין שיקט וואונטש פאר טראמפ וואו ער בעט פאר גוטע באציאונגען

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט געשיקט א בריוו צום אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ צום נייעם יאר למספרם, נאך א יאר וואס איז פארבייגעגאנגען מיט א געוויסע אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער.

אין די מעסעדזש וואס די קרעמלין האט היינט מפרסם געווען, שטייט אז פוטין האט געשריבן פאר טראמפ אז ער איז נייגעריג אויף א פארברייטערטע און פארגרעסערטע דיאלאג און אגענדע צווישן זיי צוויי.

צווישן פוטין און טראמפ הערשט אצינד אן אנגעצויגנקייט. דאס לעצטע מאל וואס זיי האבן זיך געטראפן איז געווען פארלאפענעם יולי למספרם, אין העלסינקי, פינלאנד. עס זענען לעצטנס געמאכט געווארן פארשידענע פראוון פאר א פרישע סאמיט צווישן די צוויי, אבער פון דאס אלעס האט זיך אויסגעלאזט איין גרויסע גארנישט.

אין ענדע פון נאוועמבער האט טראמפ פלוצים געמאלדן אז ער וועט נישט אפהאלטן דעם געפלאנטן סאמיט מיט פוטין, וואס האט געזאלט פארקומען ביים G20 סאמיט אין ארגענטינע, נאכדעם וואס די רוסן האבן אטאקירט אוקריינישע שיפן, ווי באריכטעט דא אויף אידישער ווינקל.

אין די מעסעדזש פון די קרעמלין שטייט אז פוטין האט אונטערגעשטרייכט אינעם בריוו צו טראמפ אז “די באציאונגען צווישן רוסלאנד און אמעריקע זענען זייער וויכטיג פאר די סטאביליטעט און אינטערנאציאנאלע זיכערהייט”, און פוטין האט צוגעלייגט א בקשה אז “רוסלאנד איז גרייט פאר א דיאלאג מיט אמעריקע”.

ווי קוועלער פון רוסלאנד געבן איבער, וויל פוטין גאר שטארק טרעפן טראמפ און אויסשמועסן מיט אים דאס וואס טראמפ האט געמאלדן אז ער טוט מבטל זיין די אפמאך וואס אמעריקע און רוסלאנד האבן אונטערגעשריבן אין יארע 1987, זאגנדיג אז די אפמאך ווערט ממילא פארלעצט דורך מאסקווע, דערפאר וועט זיך אמעריקע אויך מער נישט האלטן צום אפמאך.

אין די דעמאלטדיגע אפמאך איבער  נוקלעארע וואפן, האבן זיך וואשינגטאן און מאסקווע אונטערגענומען נישט צו האלטן קרוז מיסעלס וואס קענען גיין פון 300 ביז 3,400 קילאמטעטר העכער פון דעם ערד פלאך, און זיי אנטוויקלען אדער אויספרובירן,

דער רוסישער אויסערן מיניסטאר סערגעיי לעווראוו האט געזאגט אין ליכט פון דעם אז אמעריקע איז דער וואס וועט באשליסן אויב אין קומענדיגן יאר – 2019 למספרם – וועט יא זיין א סאמיט צווישן טראמפ און פוטין. “די סעקונדע וואס אמעריקע איז גרייט, שטייען פוטין און זיינע פארשטייער אויך גרייט פאר געשפרעכן”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.