א טראגעדיע האט פאסירט נעכטן אין א צענטער פאר חיות אין צפון קאליפארניע, נאכדעם וואס א לייב האט זיך ארויסגעריסן פון א פארשפארטער זאנע, און פארציקט אן ארבעטארין וועלכע האט גערייניגט דארט אויפן ארט.
דער לייב וואס איס גערופן געווארן ‘מאטאי’, איז באלד געשאסן און אומגעברענגט געווארן דורך די אנוועזנדע ארבייטער, בעפאר ער קען פארזעצן מיט זיין אגרעסיווער שריט און שעדיגן נאך מענטשן.
דערווייל איז נאכנישט קלאר וויאזוי מאטאי דער לייב האט זיך ארויסגעריסן פון זיין פארשפארטע זאנע, און דערווייל איז די חיות צענטער אפגעשלאסן פאר פובליק, ביז ווילאנג די אינצידענט ווערט קלאר.
די פארציקטע ארבייטארין איז א 22 יעריגע פרוי פון אינדיאנע, זי האט לעצטנס גראדואירט פון שולע, און איז איינגעשטעלט אינעם צענטער בלויז צען טאג, בעפאר זי איז טראגיש פארציקט געווארן.
זי האט דורכגעפירט די רוטינע רייניגונג אויפן ארט מיטן באגלייטונג פון א ערפארענער הויכראנגיקער באאמטער פונעם צענטער, און אינמיטן די ארבעט האט מאטי געגעבן א שנעלע שפרינג צו איר, און באלד פארציקט די קרבן. וויפיל מען האט פרובירט צו פארטרייבן דעם לייב האט דאס נישט געהאלפן, און נישט האבנדיג נאך א ברירה איז לייבל מאטי געשאסן געווארן צום טויט.
די צענטער איז געעפנט געווארן אין יאר 1999, און אכט יאר שפעטער איז דאס געווארן אפן פאר פובליק. עס קומען דארט ארום 16,000 באזוכער יערליך, און די צענטער פארמאגט 80 באשעפענישן, פון 21 פארשידענע סארטן, די צענטער פארמאגט 13 ארבייטער, און יעצט שרייבנדיג די שורות, בלויז 12.
אין יאר 2004 זענען געברענגט געווארן צום צענטער 14 חיות פון די גרויסע קאץ פאמיליע, צווישן זיי לייבן און טיגער’ס, צו העלפן די באשעפענישן צו האבן א לעבן אונטער גוטע אומשטענדן. ווי די צענטער באאמטע זאגן איז מאטאי דער לייב געווען “א נערוועזער פון נאטור אויס”, און “א שטארקער ליבער פון אויפמערקזאמקייט דורך מענטשן וועמען ער קען”.