אמווייניגסטנס פיר מענטשן זענען אומגעקומען, נאכדעם וואס א טייל פון א צען שטאקיגן געביידע איז צוזאמען געפאלן אינעם שטאט מאגניטאגארסק אין די געגנט פון די יוראל בערג אין רוסלאנד, ווארשיינליך צוליב א גאז ליעק.
הונדערטער רעטונג ארבייטער זענען געגאנגען העלפן זוכן נאך איבערלעבער צווישן די ברוכווארג אין די פראסטיגע קעלט, צווישן די וואס זענען געקומען באטראכטן דאס ארט איז אויך געווען דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וואס האט באטראכט די ארבעט פון דער נאנט.
ווי די באאמטע געבן איבער, זענען פיר מענטשן אומגעקומען, פינף זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען, און פינף-און-דרייסיג מענטשן זענען דערווייל פארלוירן געגאנגען.
די צוזאמענפאל האט פאסירט אין די פריע פארטאגס שטונדן, ווען רוב פון די איינוואוינער זענען נאך געשלאפן. די טעמפרעטואר אינעם שטאט – וועלכע געפינט זיך 1,400 קילאמעטער דרום מזרח פון די רוסישע הויפטשטאט מאסקווע – איז געווען גאר קאלט, א זאך וואס פארשווערט צו איבערלעבן אויב געפינט מען זיך אין נאכט קליידער.
גאז ליעק’ס אין הייזער אדער ביזנעסער איז נישט קיין זעלטענע זאך אין רוסלאנד, און רוב מאל פאסירט דאס צוליב פארנאכלעסיגקייט אין זיכערהייט רעגולאציעס.