אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס ארטיקלען און געדאנקען

אידישער ווינקל פייערט צום ערשטן יאר: א מיליאן וויוס!

ווערטער געווידמעט צו אונזערע ליינער ארויס פון אונזערע הערצער

ווען מיר זענען אריינגעטאנצן אין דעם היסטארישן אונטערנעמונג פון גרונדן אן ערליכע ווינקל אויף די געוועב, ווען מיר האבן אינוועסטירט געלט, צייט, קאפ און מח, אהערצושטעלן א סייט מיט פארשידענע באקוועמליכקייטן און פונקציעס, און ביים פייערן מיט גרויס פאמפע דעם ענדליכן ערעפענונג פון דעם ערשטן זייטל צו סערווירן די אידיש-רעדנדע באנוצער וואס פארברענגען פארנט פון סקרינס פון מאנטאג ביז דאנערשטאג, האבן מיר נישט פאראויסגעזען אדער געקענט אויספאנטאזירן וואספארא שווערע דרוק דאס וועט זיין, וואספארא גיגאנטישע פראצעדור מיט אזויפיל טויזענטער איינצלהייטן א וועבסייט נעמט אריין אין זיך, די צענדליגע טעכנישע קאמפליקאציעס וואס אזא בוכשטאבן-פראגראמירטע ווירטואלע בלאט פאדערט, די אלע געלטער וואס מען דארף אריינגיסן טראץ וואס עס גייט נאר איין וועג און נישט די אנדערע, און מיר זענען באמת געווען נאאיוו איבער די מעכטיגע אפאראט און כוחות וואס פארלאנגט זיך פשוט צו קענען אנגיין, פאראויסגיין און שענער מאכן די סייט.

פון טאג-אלף, ווען מיר האבן זיך אויפגעריסן און דערקלערט וועבזייטל, האבן מיר יעדן טאג געכאפט ווי ווייט מיר שטייען פון אונזער ציל פון סערווירן טויזענטער ליינער א טאג, און ווי אומגרינג עס איז צו פשוט אנגיין און פונקציאנירן. מיר האבן דאן געהאט עטליכע הונדערט וויוס א טאג, און פרובירט אונזער בעסטע צו גיין ‘נענטער צום בארג’ אז ווען די צייט וועט קומען, זאלן מיר קענען אנהויבן גיין בארג ארויף…

מיר האבן אינאכט גענומען דעם כלל אז קיין שום זאך איז נישט גרינג אין אנהויב און אויב מיר וועלן זיך עקשנ’ען וועלן מיר צום סוף מצליח זיין, טראץ וואס מיר האבן נאכאנאנד געהערט פון ‘עקספערטן’ אז מען האט שוין פרובירט אין די פארגאנגענהייט און עס ארבעט נישט, און אנדערע האבן אפילו געצויגן א פאראלעל צו אידישע ליינען מארקעט וואס ווי זיי ווייסן שארט מען נישט קיין גאלד, האבן מיר אויסגעקליבן דעם וועג פון בלייבן ‘האסלען’ און צייגן יעדן אז אידיש לעבט א מחיה, און דער היימישער ציבור לעכצט פאר א ווינקל ווי מען קען אויסלופטערן די מחשבות אויף א ריין אויסגעהאלטענע פארנעם.

אז מען מיינט עס ערנסט העלפט דער אויבערשטער, און ב”ה אז גייענדיג אין וועג, טוענדיג אונזער השתדלות זענען כסדר זאכן קלארער געווארן, מיר האבן זיך געלערנט און געבויעט באציאונגען מיט פארשידענע מענטשן וועמען מיר האבן נישט געקענט פון בעפאר אבער מיט זייערע טאלאנטן, וויסנשאפט און מעגליכקייטן, באגלייט דורך סיעתא דשמיא, האבן מיר באוויזן צו רוקן ווענט און דערגרייכן צום בארג ווי מיר שטייען יעצט ממש גאר נאנט אזש מיר זעען שוין אפילו דעם שפיץ שטייענדיג אונטן…

ישר כח טייערע באשעפער אויף די פילע סיעתא דשמיא!

עס רייסט זיך אונז ארויס פון הארץ פולע לויב ווערטער צו השי”ת אויף זיינע הילף, און חן וואס מיר האבן באקומען אין די קארידארן פון די פולע פילטער-ארגענעזאציעס וואס באפאסן זיך אין אויסרייניגן ווי מער די לופט אין די אינטערנעט-עפאכע, און האבן אונז געשאנקען די מעגליכקייט צו אהערשטעלן דעם ערליכן ווינקל פאר טויזענטער באנוצער וואס האבן אזוי געלעכצט פאר עפעס כשר און אויסגעהאלטן, מיט’ן עפענען אונזער וועבזייטל פאר זייערע טויזענטער קליענטן.

דאס איז געווען א שטארקע דערגרייכונג און אויסערדעם האבן מיר באקומען שטארקע חיזוק ווערטער פון די אינגעלייט וואס האבן אונז אלע באטאנט אז ‘דאס איז עפעס וואס האט אויסגעפעלט’ און איז א זכות גאר, ווען אזויפיל מענטשן וועלן נישט בעטן מען זאל זיי עפענען אנדערע זייטלעך וואס האבן געדינט אלס די אלטערנאטיווע אויסלופטערונג קרעמלעך מיט נישט-ממש די זעלבע השקפות וואס מען שטעלט פאר אין די ווענט פון אונזערע מוסד שטיבלעך.

 איין יאר, מיט אזויפיל דערגרייכונגען ב”ה

גליונות אפטיילונג: אלע ענדלאזע שוועריגקייטן האבן עס געמאכט אויסקוקן ווי מיר זענען ווייט פון אונזער ציל, אבער מיט אסאך סיעתא דשמיא האבן זיך זאכן גערוקט זייער שנעל ב”ה און אונזער וועבזייטל ווערט היינט באזוכט שווערע טויזענטער מאל מיט אלע קאנטינענטן, דער ווארט איז געלאפן שנעל און יעדע לאנד ווי מען רעדט אידיש, איז אויף אונזער באריכט פון ‘לענדער וואו מען באזוכט’. צווישן די געוואלדיגע אויפטואונגען איז געווען דאס אהערשטעלן דעם הערליכן נייעם ווינקל פון גליונות געאייגנט פאר די אמעריקאנער אידנטום, וואו מיר פארמאגן אן אויסוואל פון די שענסטע גליונות מיט א גרויס טייל דערפון נאר דא צובאקומען אויף אונזער זייטל.

אזא רעדאקטאר ווי ר’ זונדל טרעפט מען נישט אזוי גרינג: אויך האבן מיר אין די ערשטע יאר באוויזן צו לייגן א האנט אויף אונזער ערנערגישער רעדאקטאר ר’ זונדל שאלאמאן, וועלכע איז אן אויפגייענדער שטערן אין די אידישער שרייבן וועלט, און מיט זיין פליסיגע פעדער טרעפט מען ארטיקלען וואס מען פארפאסט אויב ליינט מען זיי נישט, ר’ זונדל מאכט שפאס פון דעם טענה אז מען דארף נישט קיין אידישע נייעס זייטל ווייל מען קען אלעס ליינען אויף די אלגעמיינע פרעסע. ר’ זונדל שרייבט זיינע נייעס באריכטן פליסיג און געשמאק, ער שטעלט אהער הערליכע אנאליזן, שבת געשיכטעס וואס מען קען פארליינען אין שטוב יעדן שבת און האט נאך פארשידענע פלענער אי”ה וואס ווערן באטראכט.

ישר כח זושא, און די געלונגענע שטאב פון וועבערי וועב דעוועלאפמענט: די גרויסע כוחות וואס זושא פריעד פון וועבערי וועב דעוועלאפמענט לייגט אריין אין אונזער סייט, זעט זיך אן אין פארעם פון נאכאנאנדע אינטערעסע ביי אונזערע באזוכער איבער “ווער האט געמאכט דעם סייט?” מיט א באשיידנקייט און וועלט’ס געדולד וועט זושא ארבעטן אויף יעדן דעטאל, מיט א פארשטאנד און רואיגקייט וועט ער מסביר ביז הונדערט מאל ווילאנג מען פארשטייט, געוויס דארפן דעוועלאפערס האבן אסאך געדולד צו קענען זיצן און פראגראמירן קאודס אין וועבסייט שפראך, אבער זושא האט עס! עס קומט זיך אים טויזענטער דאנקען, זייענדיג איבערגעגעבן צו די סייט ביז א פערזענליכע פארנעם, טוענדיג מער וויפיל ער וואלט ער געדארפט. מיר רעקאמענדירן אים און גאראנטירן אייך צופרידנהייט. איר קענט זיך פארבינדן מיט די רעדאקציע און מיר וועלן אייך געבן די נומבער פון וועבערי, אייער וועבסייט איז א פאון קאול אוועק! זושא, וויאזוי קענען מיר צוריקצאלן פאר אלעס וואס דו האסט געטון?

הכרת הטוב צו די דזשואיש היט”ס פארוואלטונג: דזשואיש היטס איז א לעגאנדארע זייטל וואס שטעלט צו היימישע מוזיק, און האבן מסכים געווען צו מיטטיילן זייער מוזיק סטריעם מיט אידישער ווינקל וואס זאל האבן נאך אן אפציע אונטער איין דאך, די קאלעקציע און שיינע מוזיק איז גאר גוט געאייגנט צו שפילן אין אייער אפיס אדער געשעפט, טרעפט דעם “אלעמאל-מוזיק” אפציע ביי די גאנץ אויבערשטע מעניו פון די זייטל.

א מיליאן וויוס!

אידישער ווינקל מיילשטיין: א מיליאן וויוס!

מיר האבן בשעה טובה דערגרייכט העכער א מיליאן וויוס, מיליאן מאל וואס היימישע אידן האבן הנאה געהאט פון ערליכע אונטערהאלטונג, גליונות לכבוד שבת אדער שיעורי תורה, די זכותים זענען גרויס און אומאפשאצבאר, און מיר טוען זיך באדאנקען פאר’ן מאכן אונזער סייט פאר אייער היים, אן אייך זענען מיר נישט דא היינט, מיר וואלטן נישט באקומען דעם ‘מיליאן-וויוס-שטופ’ אייערע קאמענטארן, חיזוק און גוטע ווערטער זענען די טרייב-קראפט צו גיין ווייטער און שאצן וואספארא פליכט מיר פארמאגן. מיר וועלן אייך אי”ה נישט אנטוישן ווארט נאר ווארט!

מיר ווילן און וועלן בעז”ה אנהויבן ארויפגיין אויפ’ן בארג בקרוב…

די ערשטע יאר איז געווען ווי א פראבע, מיר האבן שפאצירט צום בארג און פרובירט זען וויפיל שטיינער און פעלזן עס זענען דא אויפ’ן וועג אהין, מיר האבן געוואלט פארזוכן די וואסערן, און יעצט אנקומענדיג צו אונזער ציל, מיט גאר צעפרידענע רעזולטאטן מער ווי אפילו ערווארטעט אדער גע’חלומ’ט טוען מיר אן גרעסערע שיכלעך, מיר זאגן תפילת הדרך, נעמליך מיר בעטן א תפילה פון אויבערשטן אויף הצלחה אויף אונזערע ווייטערדיגע וועגן, און מיר וועלן אי”ה אנהויבן גיין צום שפיץ בארג, ווי איר וועט אי”ה מיטהאלטן אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן, מאכט אייך גרייט פאר א רייזע צום שפיץ, מיר קומען מיט געשמאקע פראיעקטן און אונטערנעמונגען, שטייט געשפאנט!!!

געשריבן צום ערשטן מיילשטיין פון א מיליאן וויוס אויף אידישער ווינקל, קורץ נאך דער ערשטער יארטאג פון ווען די סייט האט זיך געעפנט צום פובליק

מיט כבוד און שעצונג: ארי ווייזער, אין נאמען פון די ‘אידישער ווינקל’ רעדאקציע

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.