אנגעהויבן פון די נייע יאר, וועלן די לענדער וואס פארמאגן דעם יורא וואלוטע, אויפהערן צו דרוקן די 500 יורא באנקנאט, וואס איז באליבט ביי קרימינאלן און באנדיטן.
אין א מעלדונג פון די אייראפעאישע באנק איז געמאלדן געווארן אז “פון די 27’טער אין יאנואר 2019, וועלן 17 פון די 19 צענטראלע נאציאנאלע יורא פאראיין בענק מער נישט דרוקן די 500 יורא באנקנאטן”.
עסטרייך און דייטשלאנד וועלן פארבלייבן די איינציגסטע יורא באנוצטע לענדער וואס וועלן ווייטער דרוקן די באנקנאטן ביז צו אפריל 26, “צו פארזיכערן אז די טויש וועט זיין גלאט, און צוליב לאגיסטישע אורזאכן”.
די 500 יורא באנקנאטן וועלכע זענען נאך אין די געלט צירקולאציע האבן דערווייל נישט פארלוירן זייער ווערד, און מען קען נאך האנדלען דערמיט.
אום מאי 2016 האט די אייראפעאישער באנק געמאלדן אז מען וועט אפשטעלן דעם דרוק פון די 500 יורא באנקנאטן אין ענדע פון 2018. די באנק האט דאס געטון צוליב “פארדאכטן אז די באנקנאטן קענען פארגרינגערן אומלעגאלע אקטיוויטעטן”.
די 500 יורא באנקנאט איז איינע פון די סאמע ווערדפולסטע באנקנאטן אין די וועלד. אין אייראפע איז עס די צווייט גרעסטע, נאך די 1,000 שוויצער באנקנאט וואס איז ווערט 888 יורא, און צוליב איר הויכע ווערד גלייבט מען אז עס ווערט באנוצט דורך קרימינאלן, באנדיטן, און געלט וואשער, און דאס ארגסטע – פאר טעראר צוועקן.
עס זענען פארהאנען געוויסע קרייזן וואס רופן די 500 יורא באנקנאט אלס “די בין לאדין באנקנאט” – צו אנדייטן אז דאס איז א באנקנאט מיט וואס בין לאדין און זיינע באנדעס האבן זיך מחי’ געווען.
לויט די דאטא פון די אייראפעאישע באנק, איז די 500 יורא באנקנאטן נישט מער ווי 2.4 פראצענט פון די יורא צערקולאציע, און בלויז אביסל מער ווי 20% דערפון ווערט פאקטיש באנוצט, דאס מיינט אז די איבעריגע 80% ווערט נישט געזען, און מעגליך אז עס דרייט זיך בלויז אין פינסטערע קארידארן.
אין ענדע פון נאוועמבער איז געווען אין די יורא צירקולאציע אזויפיל ווי 521 מיליאן פון די 500 יורא באנקנאטן. אין פאקט האט מען דאס לעצטע מאל געדרוקט דעם סארט באנקנאט אין יארע 2014, און זינט דאן איז נישט געווען קיין פארלאנג פאר פרישע.
מיט די יעצטיגע מעלדונג איז קלאר אז אויך אינעם צוקונפט וועט מען נישט דרוקן די סארט זעלטענע באנקנאטן.