אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

קים יאנג אן ווארנט צום נייעם יאר: מיר וועלן נוצן פרישע וועגן

דער צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן האט די נאכט געגעבן א רעדע צום נייעם יאר למספרם, נאכן שליסן א היסטארישע יאר וואו מען האט געטון פארשידענע אקטיוויטעטן צו פארבעסערן די באציאונגען פון דעם איזאלירטן לאנד און די פאראייניגטע שטאטן.

דער דיקטאטור האט געזאגט אז ער איז נייגעריג אין גוטע באציאונגען מיט אמעריקע, אבער מיט דעם אלעם וועט ער מוזן איבערקלערן וויאזוי צו גיין ווייטער, אויב וועט אמעריקע נישט אראפנעמען די סאנקציעס קעגן איר, און מ’וועט לייגן דרוק אויף צפון קארעא.

“אויב וועט די פאראייניגטע שטאטן נישט אויספירן די צוזאג וואס זי האט געגעבן פארנט פון די גאנצע וועלט, און לאזן די סאנקציעס, וועלן מיר מוזן איבערקוקן א פרישע וועג און סטראטעגיע וויאזוי צו באשיצן אונזערע אינטערעסן”. האט ער געווארנט, און צוגעלייגט אז “אמעריקע רעכנט פאלש די איינגעהאלטנקייט און געדולד פון אונזערע מענטשן”. עס איז נישט קלאר פון וועלכע “פרישע וועגן” קים רעדט.

קים האט געזאגט אז זיין ווילן צו אויסרייניגן דעם קארעא האלב אינזל פון נוקלעארע וואפן האט זיך גארנישט געטוישט, אבער ער האט צוגעלייגט אז מען וועט קענען זען שנעלע פארשריט אויב וועט אמעריקע טון פאזיטיווע שריט, און אראפנעמען די סאנקציעס.

באזונדער האט ער אויסגעדרוקט זיין גרייטקייט זיך צו טרעפן ווידעראמאל מיט פרעזידענט דאנעלד טראמפ, אין סיי וועלכע צייט, כדי צו קענען ענדיגן דעם דיעל, און ווייזן רעזולטאטן אויף וואס די אינטערנאציאנאלע געמיינדע קוקט ארויס צו זען.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.