ארטיקלען און געדאנקען

דער שאך שפיל אינעם אידישן היסטאריע

ערליכע אידן אבער האבן דאך נישט געוואלט גיין ליידיג אין ניטל, האבן זיי אויסגענוצט די צייט פאר פארשידענע אנדערע ענינים.

איינס פון די פולע זאכן וואס ערליכע אידן פלעגן טוהן דארונטער אויך צדיקים מפורסמים איז געווען שפילן דעם מלכות’דיגן “שאך שפיל” – ווי עס פלעגט ווערן אנגערופן – וואס איז די יחוס מיט דעם שפיל מער פון אלע אנדערע שפילן? פון ווי שטאמט דער שפיל? ווער האט אלס געשפילט דעם שפיל? פארוואס הייסט דאס מלכות’דיגע שפיל?

 

ווער איז אויפגעקומען מיט דעם שפיל? אין וועלכן תקופה איז דאס נתחדש געווארן?

איז דא אין דעם מערערע גירסאות. דער ערשטער פיזישער שאך-שפיל (שאך באורד בלע”ז) וואס מען האט געפונען איז אלט בערך טויזנט זעקס הונדערט יאר, אבער דאס איז זיכער אז שוין נאך היבש פריער איז דאס שוין געווען ווייל מען געפינט אז דער תנא רשב”ג וואס האט געלעבט בערך ביים זמן חורבן בית שני דערמאנט דעם שפיל אין מסכת כתובות (דף סא:) ממילא איז נישט קלאר ווי אלט דאס איז.

אנדערע טענה’ן אז דאס איז געווען א חכם בזמן הראשונים, דארטן ברענגט ער בשם המדרש וואס מיר האבן נישט היינט דעם מדרש אז דער פארפאסער פון דעם שפיל איז גאר
געווען דער חכם מכל אדם “שלמה המלך” וועלכער האט דאס ערפונדן אינאיינעם מיט זיין גענעראל בניהו בן יהודי’ זיך אויסצולערנען פארשידענע מלחמה טאקטיקן.

דער מדרש ברענגט דארטן ווייטער א מעשה אז אמאל האבן זיי, דער מלך מיט’ן גענעראל געשפילט דעם שפיל וועלנדיג אויסטרעפן פארשידענע אופנים ווי אזוי צו באזיגן א מלחמה און פארשטייט זיך אז שלמה המלך האט אייביג געזיגט, איינמאל אינמיטן א שפיל איז שלמה ארויסגעגאנגען אויפ’ן גאס און בניהו האט אויסגענוצט דעם געלעגנהייט און באזייטיגט איינעם פון קעניג’ס פאנדלעך און דעמאלט האט טאקע בניהו געווינען, אבער שלמה המלך האט דאס נאכדעם איבערגערעכנט און געזען אז עס שטימט נישט ביז בניהו האט זיך מודה געווען אין זיין שטיקל און דער מלך האט אים מוחל געווען.

אבער אין די מעשה איז דער בעל מעדני המלך אליינס מסופק צי עס איז אמת ווייל ווי איז שייך צו זאגן אז דער גרויסער שר צבא ד’ בניהו בן יהודי’ זאל וועלן אויסשפילן שלמה
המלך, ווידער איז דא א דריטע גירסא אז דאס האט גאר ערפינדן די שרי המלך הפרתמים פונעם באקאנטן אחשורוש פון די מגילה וואס זעענדיג דעם מלך טיפש וואס מען האט דא האבן זיי ערפונדן דעם שאך שפיל אביסל אויסצוקלארן זיין קאפ.

אזוי צו אזוי זענען די אלע זאכן בלויז לעגענדעס וואס האבן נישט קיין שום קלארן מקור און ווייטער איז נישט באקאנט ווער עס האט דאס ערפונדן, און אין וועלכן צייט ער איז געווען.

 

על שלחן מלכים

במשך אלע יארן האט דער שפיל געהייסן אלס דער שפיל וואס אלע מלכים פלעגן שפילן און שטענדיג האבן די מלכים פון איין לאנד פרובירט איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט זיינע “שאך-טשעמפיאנען”.

מערקווירדיג איז, אין די יארן פון די קאלטע קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד איז איינע פון די זאכן אין וואס די קריג האט זיך שטארק געוואנדן איז געווען אינעם שאך שפיל נאכדעם וואס אין רוסלאנד האט מען דאס שוין געלערנט מיט די קליינע קינדער און רוסלאנד האט טאקע אהערגעשטעלט גאר געשולטע שאך שפילער און מיט דעם האבן זיי געוואלט ווייזן אז זיי זענען סאך מער פראדאקטיוו ווי די מערב וועלט.


גדולי ישראל איבערן ברעטל

גאר באקאנט איז די מעשה פון הגה”ק ר’ אליעזר אשכנזי זצוק”ל בעל מעשי ד’ וועלכער פלעגט שפילן שאך מיט’ן פולישן קעניג ואכמ”ל אבער ווי באקאנט איז דאס געווען דער שפיל צווישן מלכים ושרים.

ביי גדולי ישראל אין אלע דורות איז נישט געווען אזא זאך ווי בטל’ען קיין צייט נאר שטענדיג געזיצן און געלערנט אן אויסנאם איז געווען מיט’ן שאך שפיל וואס צומאל געפינט מען אויך גדולי ישראל וואס האבן דאס געשפילט צוליב וואס דאס שארפט גאר שטארק אויס דעם קאפ און כמובן אז דאס איז נאר געווען אין אזעלכע זמנים ווי ניטל ווען מען לערנט נישט אדער ווען דער דאקטאר האט אנגעזאגט נישט אנצושטרענגען דעם מח, פלעגט מען שפילן דעם שפיל.

א שטייגער געפינט מען ווי דער בעל כנסת הגדולה ברענגט אז זיין רבי דער מהרי”ט פלעגט צומאל שטיין בשעת מען פלעגט דאס שפילן און כסדר אויך אריינגעווארפן באמערקונגען און עצות, אזוי אויך דער יעב”ץ שרייבט זייער שארף קעגן אלע סארט שפילערייען וואס מען ברענגט סתם אן די צייט אויסער – שרייבט ער – מעג מען צומאל פאר א קור

אזוי אויך רבי שמעון הגדול ממאגענצא זצ”ל מגדולי הראשונים פלעגט אויך זיין גאר שטארק באהאוונט אין דעם שפיל, א לענגערע מעשה איז דא בנוגע דעם שפיל פון רבי שמעוןצע צייט שפילן שאך אויסצושארפן דעם קאפ.

מיט זיין זון וואס איז יונגערהייט פארכאפט געווארן און שפעטער געווארן א פויפסט אין רום ואכמ”ל.

לעומת זה שרייבט אבער דער חיד”א אז פון דעם וואס מען זעט פילע גדולי ישראל וואס האבן דאס געשפילט זאל מען זיך נישט אפלערנען ווייל זיי האבן זיכער געהאט א גוטע
סיבה דערצו נישט וועלנדיג צופיל אנשטרענגן דעם מח וכדו’ אבער סתם מענטשן טארן נישט סתם אנברענגן די צייט מיט דעם.

אויך געפינט מען פילע גדולי ומאורי החסידות וואס האבן עוסק געווען אין דעם שפיל פאר עניני עבודת השם ווי הרה”ק ר’ נחמן מברסלב זי”ע וועלכער פלעגט פיל מאל שפילן שאך מיט די שוואכע חברה וואס פלעגן קומען צו אים און ער פלעגט זיך גאר שטארק אראפלאזן צו זיי, ער פלעגט צו זאגן אז מיט זיינע גרויסע תלמידים דרייט ער אין די הימלען און מיט זיי שפילט ער שאך און ער פלעגט דאס אנקוקן אייניג…

אויך דער הייליגער רש”ב מליבאוויטש זי”ע פלעגט גאר שטארק ארויסברענגען די טיפע מהלכים אין עבודת השם וואס מען קען זיך אפלערנען פון דעם שפיל זאגנדיג אז מען זעט אז דער שפיל איז איינגעטיילט צווישן א קעניג – קעניגן – פערדלעך – טורעמעס – און פאנדלעך – א פאונדל קען גיין נאר גאר קליינע טריט אבער אין די מינוט וואס ער קומט אן אין די אנדערע זייט.. קען ער אנהויבן צו גיין גרויסע טריט. דאס איז א גרויסע חיזוק אין עבודת השם פאר די פשוט’ע אידן אז מען קען אייביג אנקומען צו די העכסטע דרגות. אזוי אויך פלעגט ער האבן פילע חסידים וואס זענען געווען גרויסע שאך טשעמפיאנען און פלעגן אים שטענדיג קומען פרעגן עצות צו געווינען דעם שפיל.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

  • כתובות סא: משחקות בכלבים דקים… רש”י
    מיינט דאס שאך????
    ביטע באארבעט מער דו מקורות ראשונים מדרשים מעדני מלך כנסת הגדולה חיד”א וכו’ ווי ספר דף עמוד ????????…….

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.