גענעראלן אינעם גאבאן מיליטער האבן היינט פארטאגס באוועלטיגט די נאציאנאלע טעלעוויזיע און ראדיא סטאנציעס פון לאנד, און האבן קלארגעשטעלט אז די מיליטער נעמט איבער קאנטראל פונעם לאנד, כדי “צוריק צו קערן דעמאקראטיע”.
די אינוואוינער פון ליברעוויל, די הויפטשטאט פון די אפריקאנער לאנד גאבאן, האבן באריכטעט אז טאנקען און באפאנצערטע מיליטערישע טרעקלעך דרייען זיך איבער די גאסן, און מען האט ארויסגעהערט רונדעס פון שיסערייען פון די קעניגליכע טעלעוויזיע סטאנציע.
אין די זעלבע צייט האט די גאבאן רעגירונג איבערגעגעבן אז זיי האבן ווייטער געהעריג קאנטראל איבערן לאנד פונקט ווי ביז היינט, און נאך א שטיק צייט האבן זיי געמאלדן אז די מיליטערישע פוטש איז דערשטיקט געווארן מיט גרויס סוקסעס, נאכן ארעסטירט די הויפט רעוואלטירער אין די טעלעוויזיע סטאנציעס.
די רעוואלוציע פארזוך קומט נאך די רעדע פון דער גאבאנער פרעזידענט עלי באנגא, וועלכע געפינט זיך אצינד אין מאראקא, וואו ער ערהוילט זיך פון זיינע מעדעצינישע באהאנדלונגען.
אין א רעדע צום נייעם יאר האט דער 59 יעריגער פרעזידענט געזאגט אז זיין געזונט צושטאנד ווערט בעסער און בעסער, אבער מען האט געזען אויף אים ווי יעדעס ווארט קומט אים אן ביטער שווער ארויסצוזאגן פון מויל, און אז ער קען נישט רירן זיין רעכטן האנט.
די גענעראלן האבן נאך די רעדע גערופן פאר א רעוואלוציע, זאגנדיג אז דער פרעזידענט איז מער נישט פעאיג צו פירן דאס לאנד.
“די רעדע האט געשטארקט די צווייפלען איבער די פעאיגקייט פונעם פרעזידענט אין אנהאלטן זיינע פליכטן אלס פרעזידענט” האט געזאדט קאלי אונדא אוביאנג, דער פירער פון “די פאטריאטישע באוועגונג פון די זיכערהייט קרעפטן אין גאבאן”.
אוביאנג האט דאס געזאגט אין די ראדיא סטאנציע נאכדעם וואס די גענעראלן האבן דאס איבערגענומען. די דעקלעראציע איז געקומען אויף א קליפ, וואו מען האט געזען אונטער אים באוואפנטע גענעראלן.
ער האט צוגעלייגט אז “די רעוואלוציע איז קעגן דער וואס האט מיט א פחד’נישקייט געשעדיגט אין אונזערע יונגע פריינד, אינעם נאכט פון אוגוסט 31 אין יאר 2016”, זיך באציענדיג צו די וואלן וואס איז דאן פארגעקומען, און דער פרעזידענט איז באשולדיגט געווארן אין פעלשן די וואלן. די פראטעסטן וואס האבן נאכגעפאלגט זענען שטייף אינטערדרוקט געווארן.
דער הויפט רעוואלטירער האט גערופן “אלע יונגע זיכערהייט היטער און קעמפער” זאלן זיך אנשליסן אינעם פוטש. “מיר קענען נישט לאזן אונזער לאנד פאלן, וועקט אייך אויף, די מיליטער שטייט אויף אייער זייט. אז איר עסט, הערט אויף. אז איר טרונקט, הערט אויף. אז איר שלאפט, וועקט אייך, וועקט אויף די שכנים, שטעלט אייך צוזאם און געוועלטיגט אין די גאסן”.
די באנגא פאמיליע געוועלטיגט שוין אין באגאן פאר איבער 50 יאר. באגאן איז א לאנד וואס פארמאגט ווייניגער פון צוויי מיליאן בירגער, און פארמאגט גרויסע נאפט קוועלער, און ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די רייכע לענדער אין אפריקע.