גאר גיפטיגע דזשעלי פישן האבן געביסן אין בלויז צוויי טעג טויזענטער מענטשן, ביי די בארטענעס פון צפון מזרח אוסטראליע. עטליכע בארטענעס זענען פארשפארט געווארן פארן פובליק, נאך די שרעקליכע כוואליע פון די דזשעלי פיש אטאקעס.
די רעדע איז פון די בלויע “פארטוגעזישע קריגס שיף דזשעלי פיש”, וועלכע האט גאר ציפעדיגע שטעכעס, וואס האבן זיך אראפגעלאזט אין געגנט נאך ווילדע ווינטן וועלכע האט זיי פארשלעפט פון טיפענישן פון ים צו די בארטענעס.
די סארט דזשעלי פישן שווימען ארויף דא דארט איבער די בארטענעס פון אוסטראליע, אבער קיינמאל נישט אויף אזא מאסנשטאבליכן פארנעם. עס איז געווען אזא ווילדע פלייץ אזש די מידיע אין קווינסלאנד האט באצייכנט די דזשעלי פיש אטאקעס אלס אן “אינוואזיע”.
לויט די האפן זיכערהייט ארגאניזאציע האבן 3,535 מענטשן געדארפט צוקומען צו באהאנדלונגען נאכן געביסן ווערן פון די דזשעלי פישן ביי פיר באזונדערע בארטענעס, און לויט זייער שאצונג איז א פרישער געזעמל פון דזשעלי פישן אונטערוועגנס.
אין די לעצטע וואך האבן אזויפיל ווי 22,282 אוסטראלישע בירגער באקומען א ביס פון די דזשעלי פישן אויף די בארטענעס, קעגן 6,831 וואס האבן באקומען א ביס פאראיאר.
ווי די דאקטורים פאראיין פון אוסטראליע זאגט האבן די געביסענע געליטן פון “באלדיגע גאר בריעדיגע ווייטאגן, און שטארקע אויסלאגן איבער די הויט, וואס ציעט זיך פאר לאנגע שעות. דאס ברענגט אויך צו ברעכן, שוואכקייט און צומישעניש”.