די רעגירונג אין דענמארק האט פארגעשלאגן צו אויפשטעלן אין דרום זייט פון קאפענהעגן ניין פראפעסיאנאלע אינזלען, כדי צו האבן מער ארט וואו צו מאכן ביזנעס. לויט די פלענער וועט מען אנהייבן בויען די אינזלען אין יאר 2022.
א ווארטזאגער פון די ביזנעס ביורא אין דענמארק האט היינט געזאגט אז די אינזלען וועלן געעפנט ווערן פאר פאבריקן שפעטסטנ’ס אין יאר 2040. די געדאנק פון דעם גרויסע פראיעקט איז צו ציען אזויפיל ווי 380 ביזנעסער אין די 9 פרישע אינזלען, און שאפן פרישע ארבעט פאר 120,000 מענטשן.
לויט די דענישע רעגירונג וועלן די אינזלען געבויעט ווערן אויף 700 סקווער מעטער, און וועט זיך ציען אויף די לענג פון 17 קילאמעטער קעגן איבער די האפן. די פארשלאג וועט ארויפגעברענגט ווערן אין נאנטן פאר א באשטעטיגונג אינעם פארלאמענט.
דענמארק און אנדערע לענדער קאנקורירן מיט גרויסע אייראפעאישע שטעט אויף פאבריקן און ביזנעסער פון אינוועסטירער אין ווערד פון ביליאנען יורא. צווישן די לענדער מיט וועמען דענמארק פארמעסט זיך, זענען פראנקפורט, לאנדאן, אמסטערדאם און פאריז.
דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס די דענישע רעגירונג פארעפנטליכע לעזונגען צו דעם פראבלעם מיט וואס זיי ספראווען זיך. אינעם פארלאפענעם אקטאובער האבן זיי פארגעשלאגן צו בויען אן אינזל נעבן די קאפענהאגען פארט, נאך די גרויסע איבערפלוס פון איינוואוינער אינעם דענישן הויפטשטאט.