אוקריינע האט נאכנישט אנגעיאגט צו פארדייען די נייעס, אבער אנשטאט צו לאכן פון דעם סטעיטמענט וואס דער אידישער גוטזאגער און הומאריסטישער קאמיקער האט געזאגט, האבן זיי דאס אנגענומען מיט גרויס שאק.
דער אידישער קאמיקער וולאדימיר זעלינסקי, האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט פון אוקריינע, אין די וואלן וואס וועט פארקומען אינעם קומענדיגן מערץ.
מאמענטאל זאגן די אנקעטעס אז ער האט ערנסטע שאנסן צו געווינען די וואלן, און איבערנעמען די אוקריינישער בענקל. אבער דארף אוקריינע א לץ ביים רודער?
זעלינסקי האט מיט זיין מעלדונג שאקירט אוקריינע, וויבאלד מיט זיין מער באקאנטע היטל קען מען אים אלס א הומאריסטישער קאמיקער וואס האט גאר א הויכע צאל מיטהאלטער ביי זיינע פאפולערע שאו’ס און אויפטריטן.
ווי ער פארשפרעכט, וויל ער זיין דער פרעזידענט וואס וועט לעזן אלע פאליטישע און עקאנאנישע פראבלעמען מיט וואס אוקריינע פלאגט זיך.
ביים מעלדן זיין באשלוס האבן זיינע צוהערער געקלערט אז דאס איז נאך איינס פון זיינע טויזנטער וויצן מיט וואס ער האלט זיי אונטער, אבער עס האט זיך גאנץ שנעל ארויסגעשטעלט אז ער מאכט נישט קיין ווערטל, נאר איז ערנסט דערביי, כאטש וואס ער האט געמאלדן זיין באשלוס אויף א היבש הומאריסטישער וועג.
“מיר אוקריינער האבן דריי אפציעס אין לעבן” האט ער געזאגט אויף א אפיציעלע סטעיטמענט אין די אוקריינישע טעלעוויזיע. “די ערשטע, צו לעבן אזויווי מען דארף, און מיטגיין מיטן שטראם, דאס איז די נארמאלע לעבנסשטייגער. די צווייטע אפציע, איז אפצולאזן אונזער לאנד, גיין פארדינען געלט ערגעץ אנדערש, און דאס אפשיקן פאר די פאמיליע וואס זענען נאך דא געבליבן. דאס איז אויך גאנץ נארמאל. איך גלייך אבער ליבערשט די דריטע אפציע, און דאס איז – טוישן אונזער יעצטיגע לעבנסשטייגער דא אין לאנד”.
ווי די אנקעטעס צייגן האבן רוב אנגעפרעגטע צוטרוי אין זעלינסקי, און ער איז נומער צוויי אין די רייע נאך די קאנדידאטקע יוליא טימאשנקאוו.
עס איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אז זעלינסקי איז א געהעריגער איד על פי הלכה, און ער לייגט אויך תפילין. זעלינסקי מאכט נישט קיין סוד דערפון, ער לייגט כסדר ארויס אויף זיין פלאטפארמע בילדער וויאזוי ער פארברענגט אין די אידישע שוהל פון זיין געגנט, און וויאזוי ער דאווענט מיט א קאפל אויפן קאפ.