דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער פון די פאראייניגטע שטאטן, דזשאן באלטאן, וואס איז היינט אנגעקומען קיין אנקארא פאר געשפרעכן איבער די ארויסציאונג פון די אמעריקאנע טרופן אין סיריע, האט זיך אנגעשטויסן אין א ווילדע רעאקציע פון דער טערקישער פרעזידענט ערדואן, נאכדעם וואס ערדואן האט אין די לעצטע מינוט אפגערופן זייער באשטימטער זיצונג.
אין א רעדע וואס ערדואן האט געגעבן – אנשטאט זיך צו טרעפן מיט באלטאן – האט ער גאר שטארק אראפגעריסן אמעריקע און פערזענליך זייער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער.
“דזשאן באלטאן איז באגאנגען אן ערנסטער טעות, און ווער עס טראכט אזויווי אים, באגייט אויך א שעקליכער טעות”, האט ערדואן געזאגט.
באלטאן האט געהאט געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ געציילטע טעג צוריק מיט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטאר נתינהו, אז אמעריקע בלייבט ווייטער אין די מיטל מזרח, צו זיכער מאכן אז די אמעריקאנער פריינד זענען פארזיכערט און רואיג.
איינע פון די אמעריקאנער פריינד אין די מיטל מזרח זענען די קורדן, א שבט וועמען ערדואן האט געשוואוירן אויסצוראטן פון סיריע, און פון די גאנצע וועלט, נאכדעם וואס זיי ווילן שוין לאנגע יארן אויפשטעלן א זעלבסטשענדיגע קורדישע לאנד צווישן די צפון זייט פון סיריע און די דרום זייט פון טערקיי.
“ווער עס וועט נעמען א טייל אין די טעראר קארידארן פון סיריע, וועט באקומען זיין וויכטיג פארדינטן לעקציע”. האט ערדואן געווארנט ביי זיין רעדע. “עס מאכט נישט אויס ווער ס’איז, צו ס’איז די קורדיש-טערקישע אינטערגרונד, די קורדישע קרעפטן אין סיריע, צי אייסיס. ס’איז אלעס די זעלבע זאך”.
כאטש וואס די טערקישע באאמטע אין אנקארא האבן פארזיכערט פאר באלטאן אז טערקיי וועט נישט אינוואנדירן סיריע ווילאנג עס איז נאך דא דארט אן אנוועזנהייט פון אמעריקאנער טרופן, האט אבער זייער פרעזידענט היינט געזאגט ביי די רעדע אומקלארע ווערטער: “די צוגרייטונגען פאר א מיליטערישע אטאקע קעגן די אייסיס קעמפער וואס זענען נאך אקטיוו אין סיריע, זיי גענצליך אויסצוראטן, צאלט זיך אויס”.