ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די דראמאטישע געריכט פון דעם לעגענדארער מעקסיקאנער דראג דילער און מאפיאנער על טשאפא גוזמאן, אין ניו יארק:
אין איינע פון די געריכטן האט אויפגעטרעטן טדגאר גלאבאן, וואס האט דערציילט איבער אנטאניא מאראפא, וועמען על טשאפא האט גערופן “דער יאגואר”. מאראפא איז א נאנטער מענטש מיט על טשאפא, און האט געדינט אלס איינער פון די באצאלטע מערדער פון על טשאפא.
דער יאגואר האט פארמאגט א ספעציעלע “מארד צימער”, וואס איז געווען סאונד-פרוף, מיט א ספעציעלער דרעין אינסטאלירט אויף דער ערד, וואס מען האט גענוצט צו פארווישן שפורן פון ערמארדעטע וואס האבן געענדיגט זייער לעבן ביי א שמוציגע מארד אויסגעפירט אויפן באפעל פון על טשאפא.
גלאבאן האט געהאט געזען דעם שטוב נאכן באקומען א טור דורך דעם יאגואר אין דעם שטוב. “ער האט מיר גענומען אמאל צו א שטוב וואס פארמאגט א ווייסע פאדלאגע. פון דעם שטוב איז קיינער נישט ארויס מער, מען האט גארנישט געקענט ארויסהערן פון דארט”. האט גלאבאן דערציילט פאר די ריכטער.
באזונדער האט ער דערציילט איבער א “קערפער מאגאזין” נאנט צו דעם שרעקעדיגן מארד צימער, וואס האט זיך געפינען אינעם מעקסיקאנער שטאט סיאדאד כואראס.
דורכאויס דעם עדות’שאפט האט גלאבאן צוגעלייגט אז ער האט באגעגנט דעם יאגואר – וואס געפינט זיך היינט אין טורמע, אבער ער האט נאכאלץ געפירט די סיענאלא קארטעל פון גוזמאן – אין יאר 2007.
גלאבאן איז שפעטער אריבער צו על פאסאו אין מעקסיקא, וואו ער האט געהאלפן פאר זיינע פריינד אין על טשאפא’ס גרופע, צו שמוגלען געווער דורכן גרעניץ, און דערמיט ‘אויסרייניגן’ דעם מעקסיקאנער שטאט סיאדאד כואראס, פון קונקורירענדע קארטעלן און גענג, וואס דאס האט געמיינט אומברענגען מענטשן דורך א קויל, אדער אין דעם שרעקליכן מארד צימער.
דער עדות איז ארעסטירט געווארן אין יאר 2011 און ער דינט א 24 יעריגער טורמע טערמין, נאכן געטראפן ווערן שולדיג פארן האנדלען מיט אומלעגאלע דראגס און געווער, אין די גרופע פון על טשאפא גוזמאן.
די פראצעס פון דעם 61 יעריגער געפערליכער דראג קארטעל און מאפיאנער על טשאפא גוזמאן קומט דערווייל ווייטער פאר אין ניו יארק, וואו ער ווערט באשולדיגט אין גאר הארבע פארברעכן, און עס דראעט אים לעבנסלענגליכע טורמע.