ארטיקלען און געדאנקען

א דאקטער פון הימל

שוין א היבשער שטיק צייט וואס ביי די בראנשטיין פאמיליע איז דער שטימונג נישט אזוי גוט.

דער בראנשטיין משפחה וואס האט זיך געפירט יארן על מי מנוחות און ערצויגן זייער זיסן יאנקעלע אין עלטער פון זיבן יאר, האט אנגעהויבן ווערן פאר’דאגה’ט נאכדעם וואס זייער זיסער יאנקעלע איז פלוצלונג קראנק געווארן מיט אן אומבאקאנטן מחלה.

די עלטערן האבן געטראגן דאס קינד צום דאקטאר אויף אן אונטערזוכונג, אבער דער דאקטאר האט נישט געקענט דיאגנאזירן פון וועלכער קרענק יאנקעלע ליידט און האט אים געשיקט צו א גרעסערן דאקטאר.

דער גרעסערער דאקטאר האט אונטערזוכט יאנקעלע אבער אויך ער האט געהויבן הענט, ער האט אויך נישט געקענט זאגן אויף וועלכער קרענק יאנקעלע ליידט איז און נישט וועלנדיג אהיימשיקן די עלטערן מיט ליידיגע הענט האט ער אים פארשריבן א רעצעפט.

די רעצעפט איז געווען א ביטערע רפואה, אבער די עלטערן זייענדיג אובד עצות, האבן מיט כח עס אריינגעשטופט אין מויל פון יאנקעלע.

נאר עס איז אריבער א טאג און נאך א טאג און די עלטערן האבן געווארט צוזען א שינוי לטובה, אבער עס איז נישט געקומען. אנשטאט דעם איז דער מצב נאר ערגער געווארן און זיך געהאלטן אין איין פארערגערן.

די עלטערן זענען נישט געזעסן מיט פארלייגטע הענט, זיי האבן זיך געוואנדן צו א צווייטן דאקטאר און אים געבעטן א רפואה, אבער אויך דער צווייטער דאקטאר האט נישט געקענט פעסטשטעלן פון וואספארא קרענק יאנקעלע ליידט און געזאגט אז עס זעט אים אויס א געוויסער קרענק און אים געגעבן א רפואה.

נאר גענוי וואס עס האט פאסירט ביים ערשטן דאקטאר, האט זיך איבערגעשפילט ביים צווייטן דאקטאר. די רפואה איז געווען ביטער און עס האט נישט בעסער געמאכט דאס קינד, נאר ערגער געמאכט.

ביסלעכווייז זענען די עלטערן געווארן מיואש און אויפגעהערט צו געבן דאס קינד רפואות און האבן זיך געלאזט אין וועג אריין קיין שינאווא אנצופרעגן דעם הייליגן שינאווער רב וואס זיי זאלן טוהן ווייטער.

“בארואיגט אייך”. האט דער צדיק געזאגט. “אויב עס איז באשערט אז אייער קינד זאל געזונט ווערן און לעבן, קענט איר זיין רואיג, ווייל אויב די היזיגע דאקטורים קענען נישט אנטשיידן זיין קרענק וועט השי”ת שיקן א דאקטאר פון די מרחקים און היילן אייער קינד”.

דער צדיק האט געמוטיגט און ממשיך געווען אז אויב וועט איר פרעגן פון וואו ווייס איך אז עס וועט אזוי זיין? הערט א מעשה וואס האט פאסירט מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק.

יעדער אין אמסטערדאם האט געקענט דער פרעכטיגער פאלאץ פון די פאמיליע פינטו. אין שפיץ פון דער משפחה איז געשטאנען קאצין פינטע פון די נכבדי הקהילה.

די רייכקייט פון פינטו איז געשאצט געווארן זייער גרויס, יודעי דבר האבן געוואוסט אז פינטע האט ביי זיך אין שטוב שטיקער גאלד און טייערע דימאנטן וואס ער באהאלט און זאמלט אז זיין עשירות זאלן וואקסן און זיך מערן.

אבער די עשירות וואס די שטאט האט געוואוסט און געקענט איז נאר געווען א ביישפיל קעגן די באהאלטענע עשירות פון פינטו.

נאר געציילטע און די נאנטע משפחה לייט האבן געוואוסט צו זאגן פון דעם אונטער ערדישן הייל וואס פינטו האט זיך געלאזט בויען. אין דער אונטער ערדישע הייל, וואס איז געווען אונטער זיין שטוב, האט פינטו געהאט אן אומשאצבארע זאמלונג פון געלט און גאלדענע ווערק.

פינטו, ווער עס האט מורא געהאט פון גנבים, האט געבויט דעם הייל זייער קונסטליך. ער האט עס געבויט אזוי, אז מען האט עס געקענט עפענען פון אינדרויסן און נישט פון אינעווייניג. זיין ציל דערמיט איז געווען אז אויב א גנב וועט זיך אריינכאפן אין דעם צימער זאל ער בלייבן אינעווייניג און נישט קענען ארויסטראגן די אוצרות אינדרויסן.

יענער נאכט האט פינטו באשלאסן אראפצוגיין באזוכן אין זיינע אוצרות. ער האט געוואלט אהינגיין ווייל ער האט געוואלט ציילן זיין פארמעגן און עס שאצן צוזען צי ער האט גענוג געלט צו קענען באצאלן א געשעפט, וואס מען האט אים פריער אין טאג פארגעשלאגן.

עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט און ווי זיין שטייגער איז געווען איז ער געגאנגען אליין, ווען קיין איינער ווייסט נישט אז ער איז אראפ אונטן אבער ער האט נישט באמערקט אז אומזעענדיג, האט זיך דער טיר פארשפארט און ער איז געבליבן איינגעשפארט פון אינעווייניג.

“דאס איז עס, איך בין איינגעשפארט”. האט קאצין פינטו אנגעהויבן צו באגרייפן זיין מצב.

פאר א רגע האט ער אנגעהויבן שרייען און זעצן אויף דעם טיר, אבער עס איז געווען אשאד זיין מיה, די ווענט זענען געווען דיק און געבויט פון עטליכע שיכטן, עס איז נישט געווען מעגליך אז מען זאל ארויסהערן אינדרויסן זיין זעצעריי אדער געשריי.

דער שטייגער פון פינטו איז געווען אז ער איז אסאך ארומגעפארן אין די וועלט פאר מסחר און וועגן דעם האט זיין אפוועזענהייט נישט געצויגן קיין סאך אויפמערקזאמקייט.

די פרוי און קינדער האבן נישט באמערקט אז ער פעלט און אזוי איז אריבער איין טאג און נאך א טאג און דער עושר איז געבליבן איינגעשפארט אין זיין קעלער נישט קענענדיג ארויסגיין פון דארט א לעבעדיגער.

פינטו איז געווען ארומגענומען מיט גאלד, מיט טייערע שטיינער, מיט בריליאנטן אבער ער האט זיי נישט געקענט עסן און טראץ דער מעכטיגער רייכטום וואס ער האט פארמאגט איז ער געשטארבן פאר הונגער.

איידער ער האט זיך געזעגנט פון דער וועלט, האט ער מיט בלוט אויסגעשריבן אויף די ערד: איך דער גרויסער עושר קאצין פינטו, בין געשטארבן פון הונגער!

עס האט נאך געדויערט אפאר טעג ביז ווען די משפחה האט אנגעהויבן זען אז עפעס איז מאדנע מיט פינטו, ער איז ערגעצוואו אהינגעקומען און ווי נאר זיי האבן דאס געזען און געשפירט האבן זיי אנגעהויבן אים זוכן און זענען אראפ אין דעם טיפן קעלער און אים געטראפן.

דער שאק וואס זיי האבן געכאפט זעענדיג דעם טאטן ליגן אן קיין לעבנסלוסט און ליינענדיג די ווערטער וואס ער האט געשריבן האט זיי דערשיטערט ביז גאר, עס איז געווען א ווייטגרייכענדע מוסר השכל וואס איז געבליבן איינגעקריצט זייער לאנג אין די הערצער פון כלל ישראל.

נאך אין דעם זעלבן טאג האט מען באגראבן פינטו און נאך די שבעה זענען די בני משפחה אראפ און זיך אנגעהויבן צו צעטיילן מיט די גרויסע ירושה. צווישן די פארמעגן וואס פינטו האט איבערגעלאזט איז געווען איין זייער שיינער שטיין.

דער שטיין איז געווען עפעס באזונדער טייער און די ברודער וועלנדיג זיך צעטיילן מיט דעם טייערן שטיין האבן עס געוואלט פארקויפן און געזוכט דערפאר א קונה, אבער אין זייער שטאט איז נישט געווען קיין איינער וואס האט געקענט און זיך ערלויבט צו קויפן אזא טייערע שטיין.

זיי האבן גלייך אנגעהויבן זוכן ווער עס וועט יא קויפן דעם שטיין און געהערט אז דער טערקישער סולטאן גלייכט זייער שטארק די טייערע און שיינע שטיינער און לאזט זיך קאסטן גרויס געלט פאר די סארט שטיינער.

די צוויי ברודער האבן זיך געלאזט אין וועג אריין צום סולטאן און אים געוויזן דעם שטיין, דער סולטאן איז זייער אנטציקט געווארן פון דעם שטיין און עס געוואלט קויפן, אבער האט זיך גע’טענה’ט מיט די אידישע ברודער איבער דער פרייז.

דער סולטאן איז נאר גרייט געווען צו צאלן צוויי מיליאן דינרים און די ברודער האבן געוואלט דערפאר די סומע פון דריי מיליאן.

נישט טרעפנדיג דעם וועג ארויס פון דעם קאנפליקט, האבן די ברודער געזאגט אז זיי ווילן צוריקגיין צו זייער אכסניא און זיך דורכרעדן צווישן זיך איבער דעם דימאנט.

די ברודער האבן געהאט זייער אכסניא ביי איינער פון די אנגעזענע אידישע לייט פון די קהילה און נאכדעם וואס זיי האבן נישט געשלאסן דעם געשעפט מיט דעם סולטאן האבן זיי זיך אומגעקערט צו זייער אכסניא.

אין יענער אכסניא האט זיך געפונען א קינד, וואס איז נישט געווען אזוי געזונט, ער האט געליטן פון א שווערע און אומבאקאנטע קרענק און די דאקטורים האבן זיך זייער געמוטשעט אים צו היילן אבער זענען געווען הילפלאז.

ווען די אידן זענען צוריקגעקומען צו זייער אכסניא האט דאס קינד זייער געמוטשעט און די עלטערן האבן נישט געטראפן ווי אזוי זיי קענען אים בארואיגן און האבן אים פארגעשלאגן צו ווייזן דעם שטיין און אפשר די שיינקייט פון דעם שטיין וועט אים בארואיגן.

וכך הוה: ווי נאר דאס קינד האט גענומען דעם שטיין אין זיינע הענט, האט ער זיך פלוצלונג בארואיגט, עס איז אים גוט געווארן און ער האט אויפגעהערט צו מוטשענען און זיך געשפירט בעסער.

די צוויי ברודער האבן פארגעסן פון דער געשעעניש מיט דעם קינד און צוריק צום פאלאץ פון דעם סולטאן און פון פריש אנגעהויבן פארהאנדאלן מיט דעם סולטאן איבער דעם שטיין.

דער סולטאן איז געווען ווייכער און געבעטן אז ער וויל זען דאס שטיין נאכאמאל, ער האט גענומען דאס שטיין אין זיינע הענט און רופט זיך אן צו די ברודער: דאס איז נישט דער זעלבער שטיין!

די ברודער האבן גע’טענה’ט אז עס איז יא און עס איז געווארן א דין ודברים, ביז ווען דער סולטאן וואס איז געווען א מומחה אויף די סארט שטיינער, האט געבעטן אז זיי זאלן אים דערציילן וואס האט פאסירט מיט דעם שטיין פון ווען זיי זענען ארויס פון דעם שטוב, אבער נישט פארפעלן קיין פרט.

די ברודער האבן אנגעהויבן צו דערציילן און דער סולטאן הערנדיג אז דער קינד האט עס געהאלטן האט זיי געזאגט אז יעצט פארשטייט ער שוין אלעס און זיי געגעבן צו פארשטיין אז עס איז דא שטיינער וואס האבן אין זיך סגולות וואס קענען היילן מאדנע קרענק אבער איינמאל עס היילט דעם מענטש, גייט ארויס דער גאנצער שיינקייט פון דעם שטיין, עס בלייבט אויסגעליידיגט פון שיינקייט.

האט דער שינאווער רב זיך אנגערופן צו די משפחה, אז ווען מען טראכט אריין זעט מען דא א מורא’דיגע זאך. דער מסבב כל הסיבות האט געפירט אז די ברודער זאלן וועלן פארקויפן דעם שטיין און פארן ביז טערקיי, נאר אז ער זאל קענען היילן דאס קינד.

מען זעט פון דעם אז אויך ווען עס איז נישט דא קיין רפואה פאר א קינד, שיקט השי”ת א שליח און די רפואה קומט צוגיין און דער זעלבער וועט זיין מיט אייך.

עס איז אדורך א קליינער שטיק צייט און פלוצלונג איז געקומען די בשורה אז א דאקטאר פון א ווייטער שטאט איז געקומען צופארן און ער היילט וואונדערליך. די בראונשטיין משפחה איז צו אים געגאנגען און זייער זון האט ביי זיי געטראפן א וואונדערליכער רפואה.

די מעשה ווערט געברענגט אין ספר עטרת חיים בשם דער באבובער רב וואס האט די מעשה געהערט פון זיין טאטן דער בעל קדושת ציון.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.