לאקאל און נאציאנאל

פאליציאנטקע בעט זיך ביים מאטאריסט: “שיס מיר נישט!”

א דראמאטישע געשיכטע אויף א ווידעא, וואס האט זיך אפגעשפילט עטליכע מאנאטן צוריק און איז ערשט נעכטן ערשינען פאר די גאס, האט ווילד אנגעהויבן ארומצופארן וויירעל.

די ווידעא ווייזט וויאזוי א מאטאריסט וועלכער אזי אפגעשטעלט געווארן דורך א פאליציאנטקע, האט ארויסגעצויגן א ביקס און איר געוואלט שיסן, און די פאליציאנטקע האט זיך אנגעהויבן צו בעטן פאר איר לעבן שרייענדיג באנומענע קולות מיט גרויס היסטעריע, ביז ווען א צווייטער פאליציי אפיציר האט געשאסן דעם מאטאריסט.

די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין שיקאגא, וואו מען זעט ווי א דרייווער פון פענסלאוועניע וואס איז געווען אונטער די איינפלוס פון “די סחורה”, ווערט אפגעשטעלט דורך א פאליציאנטקע.

דער מאטאריסט האט אנגעהויבן ארויסצוגעבן זיינע דאקומענטן, וועלכע זענען געווען פאלשע פאפירן, און פלוצים האט ער ארויסגעצויגן א ביקס, און דאס דערנענטערט בליץ שנעל צום קאפ פון די פאליציאנטקע.

די פאליציאנטקע האט זיך גענומען שרייען און קוויטשען מיט באנומענע קולות “ניין! ניין! ניין!” פרובירנדיג ארויסצושלעפן דאס ביקס פון זיין הענט, זי האט פארגעזעצו צו שרייען “איך בעט דיר, שיס מיך נישט!” אבער זי האט דאס נישט געקענט ארויסכאפן פון אים.

דער דרייווער זעלבסט האט אפאר מאל פרובירט צו שלעפן דאס צינגל פונעם ביקס און שיסן אויף איר, אבער וויבאלד זי האט געהאלטן דעם ביקס אין איר האט האט ער נישט געהאט קיין גרויס ערפאלג.

נאך א קורצע וויילע פון קולות, איז געקומען צו לויפן א צווייטער אפיציר, און האט געשאסן דעם מאטאריסט צום טויט פון דער נאנט, און דערמיט געראטעוועט דאס לעבן פון זיין קאלעגע.

דער דרייווער איז איינער וואס ווערט פארדעכטיגט אין דורכפירן א מארד דורכן דערשטעכן אן ערוואקסענעם צום טויט מיט א מעסער. אין פענסלאוועניע, ווי עס שטעלט זיך ארויס נאך א צירקע פון אויספארשונגען.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.