טשיקאווע נייעס

אריינגעפירט באוואוסטלאז אין שפיטאל נאכן פארוואונדעט ווערן פון א… אינדיק!

די הצלה וואלונטירן פון “מד”א” אין ארץ ישראל זענען אלארמירט געווארן דורך ארבעטער אינעם “עוף טוב” פלייש פאבריק וועלכע געפינט זיך אין ארץ ישראל, אין די בית שאן געגנט, נאכדעם וואס אן ארבעטער איז פארוואונדעט געווארן.

פראדוקטן פון די “עוף טוב” פירמע

אנקומענדיג אהין האבן זיי געזען אז דער 22 יעריגער ארבעטער האט שווערע וואונדן אויף זיין קאפ, און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז ער אטאקירט געווארן דורך א… אינדיק (טורקי)!

דער אינדיק האט גארנישט געמיינט קיין שלעכט’ס, נאר איז פשוט אראפגעפאלן אויפן קאפ פון דעם ארבעטער, און זייענדיג א הינדל וואס וועגט אזויפיל ווי 35 פונט, האט עס ערנסט געשעדיגט דעם ארבעטער.

דער ארבעטער איז באלד אריינגעפירט געווארן אין דעם עמק אפולה שפיטאל זייענדיג באוואוסטלאז, און עס איז דערווייל נישט קלאר פארוואס דער אינדיק איז אראפגעפאלן, און פארוואס דער ארבעטער האט נישט פארמאגט זיין זיכערהייט היטל אויף זיך.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.