פופצן מענטשן זענען אומגעקומען נאכדעם וואס אן איראנער מיליטערישער באאינג 707 טראנספארט פליגער האט געקראכט נעכטן נעבן די שטאט כאראדזש, ארום 40 קילאמעטער מערב זייט פון די איראנער הויפטשטאט טעהאראן.
בלויז דער אינזשעניר פונעם פלייט האט איבערגעלעבט דעם קראך, און ער געפינט זיך אין שפיטאל צו באהאנדלען זיינע וואונדן.
אין א מעלדונג פון די איראנער מיליטער, שרייבן זיי אז דער פליגער האט טראנספארטירט פלייש פון די שטאט בישקאק, דער הויפטשטאט פון קירגיסטאן. לויט דעם מעלדונג האט דער פליגער געמוזט מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אין די פאסאך לופטפעלד, וואס באלאנגט פאר די איראנער רעוואלוציאנערישע גווארדיע.
די לאנדונג איז פארגעקומען אין די צייט וואס דער וועטרע איז געווען שטורעמיש, און דער פליגער איז אריבערגעפלויגן דעם ראנוועי, אויפגעריסן דעם צוים וואס טיילט אפ דעם לופטפעלד פון די באוואוינטע געגנט, און האט געקראכט אין א געביידע נאנט צום לופטפעלד. די געביידע איז ערנסט געשעדיגט געווארן, אבער צו מזל זענען נישט געווען קיין מענטשליכע פאטאליטעטן.
אויף די ארטיגע נייעס סטאנציעס האט מען שפעטער געקענט זען בילדער פון דעם פליגער וואס איז איינגעהילט אין פלאמען, און די איראנער “פארס” נייעס אגענטור האט באריכטעט אז דער שווארצער קעסטל איז ארויסגעשלעפט געווארן פון אונטער די ברוכווארג, און וועט געפירט ווערן צו אויספארשונגען.