באוואפנטע טעראריסטן פון די על שאבאב טעראר גרופע, האבן היינט אריינגעשטורעמט אין א האטעל און אין א ביזנעס צענטער אין נאיראבי, די הויפטשטאט פון קעניע. די טעראריסטן האבן זיך באריקאדירט אין דעם האטעל, וואו זיי האבן אומגעברענגט ווייניגסטנ’ס פינף מענטשן.
ווען די פאליציי איז אנגעקומען אויפן סצענע האבן די טעראריסטן געהאט א ווילדע פייער אויסטויש מיט די פאליציי קרעפטן וואס האבן זיך געשטעלט ביים ביזנעס צענטער וואס שטייט קעגן איבער די האטעל.
די נאיראבי שפיטאל האט געמאלדן אז זיי פארמאגן אכט פארוואונדעטע, און איין טויטער וואס איז געשטארבן פון זיינע וואונדן.
די שיסערייען האבן זיך געהערט אויף ווייטע שטרעקעס פאר איבער צוויי שעה, וואס האט נאכגעפאלגט מיט אויער-פארטייבענדע אויפרייסן. רייע מיט אויטא’ס וואס זענען געווען פארקירט פארנט פונעם האטעל, זענען ארויף אין פלאמען, און אלס רעזולטאט איז דער האטעל געווארן ארומגענומען מיט דיקע רויעך, וואס האט זיך פארשפרייט אינעם גאנצן געגנט.
ווי אנוועזנדע האבן פארציילט פאר די פרעסע, זענען זיך די האטעל ארבייטער און געסט, צעלאפן אין גרויס שרעק פאר זייער לעבן אינאיינעם מיט די ביזנעסלייט פון די ביזנעס צענטער, טייל פון זיי זענען געווען באדעקט מיט בלוט.
א דורכגייער וואס האט געהערט צוויי אויפרייסן שילדערט, אז “איך האב געהערט שיסערייען, און דאן געזען מענטשן וואס לויפן מיט אויפגעהויבענע הענט, א טייל פון זיי זענען אריינגעלאפן אין די דערנעבנדיגע באנק, זיך צו ראטעווען זייער לעבן”.
די ווילדע און מערדערישע “על שאבאב” טעראר גרופע האט געמאלדן אז “מיר שטייען אונטער די אטאקע אין נאיראבי” צולייגנדיג אז “עס וועט נאך קומען א פארזעצונג דערצו”.
עס איז דערווייל נישט קלאר וויפיל טעראריסטן עס געפינען זיך אין געגנט. דערווייל זענען אראפגעשיקט געווארן אויפן ארט די ספעציעלע קרעפטן פון קעניע, וואס קאנפראנטירן און פרובירן צו עלימינירן די געפארפולע טעראריסטן.
קליקט אויף די בילדער עס צו זען קלאר