קריעת ים סוף בזמנינו
הה”ק ר”ר איציק’ל פון פשעווארסק זי”ע, פלעגט דערציילן, אז ער האט געהערט פון זיין באבע, וועלכע איז געווען אן אייניקל פון הרה”ק ר”ר אלימלך זי”ע. אז דער הייליגער רבי ר’ אלימלך זיע”א האט אמאל צוזאמגענומען אלע זיינע אייניקלעך ארום זיך צווישן זיי אויך זיין באבע), און האלטנדיג א שיסל מיט וואסער אין די הענט – האט זיך דער הייליגער צדיק אנגערופן:
אט אזוי האט דער אויבערשטער געשפאלטן דעם ים. דערביי האט דער צדיק אויפגעהויבן זיין הייליג האנט איבערן גלאז, און דאס וואסער וואס האט זיך געפונען אין גלאז, איז געשפאלטן געווארן! האלב וואסער איז געגאנגען אויף איין זייט גלאז,און דאס זעלבע מיט די אנדערע העלפט וואסער. (הרה”ק ר’ איציקל זי”ע פלעגט צוגעבן, אז ער געדענקט נישט וואס זיין באבע האט אים געזאגט, ווען דאס האט פּאסירט, “שבת שירה”, אדער “שביעי של פּסח”).
רבי יענק’לע פון פשעווארסק זיע”א פלעגט צולייגן א שיינע ווארט וואס ער האט געהערט פון די בריסל’ע שוחט, אז עס שטייט אין מדרש אז בשעת קריעת ים סוף האבן זיך אויך געשפאלטן די אלע וואסערן פון די גאנצע וועלט אפילו די וואסער פון די כלים, און דער מהרש”א זאגט אז דאס האט דער רבוש”ע אנגעגרייט כדי אז שפעטער ווען די צדיקים וועלן דארפן אנקומען צו אזעלכע נסים, זאל דאס שוין זיין אנגעגרייט פאר זיי, אזוי ווי ביי די מעשה פון רבי פנחס בן יאיר.
האט דער בריסל’ע שוחט צוגעלייגט אז דאס איז אפשר די פשט פארוואס אויך די וואסערן פון די כלים האבן זיך געשפאלטן, כדי אז דער הייליגער רבי ר’ אלימלך זיע”א זאל קענען שפאלטן די וואסער פונעם שיסל.
ובני ישראל הלכו ביבשה
אין ספר “דרכי הישר והטוב” ווערט געברענגט וואס דער צדיק הרה”ק ר’ צבי הירש מליסקא זי”ע האט דערציילט, אז דער צדיק ר”ר שמעלקא מניקלשבורג זי”ע פלעגט קיינמאל זיך נישט אריינלייגן אין א בעט שלאפן, נאר איז שטענדיג געשלאפן אויף זיין בענקל.
איינמאל איז זיין חבר הרה”ק ר”ר אלימלך זי”ע געווען ביי אים, און מיט פארשידענע קונצן גע’פּ ועל’ט ביי אים אז ער זאל זיך יא אריינלייגן אין בעט און אזוי איז ער דורכגעשלאפן די גאנצע נאכט.
צופרי ווען ער איז אויף געשטאנען, האט ער געשפּ ירט אן אויסטערלישע קלארקייט אין מח, אז ווען דער רבי ר’ שמעלקא האט געדאווענט פארן עמוד און געזאגט די שירה, האבן די מתפללים געשפירט ממש ווי זיי גייען אריין אינעם וואסער, אזוי ווייט האט זיך זיי געדאכט ווי זיי שטייען נעבן ים סוף אז זיי האבן זיך אינטערגעהויבן זייערע קליידער, אז זיי זאלן נישט נאס ווערן.
און דערנאך האט ער געטייטשט דעם פסוק, ובני ישראל הלכו ביבשה, אידן קענען שפירן גייענדיג אויף די טרוקעניש, בתוך הים, ווי גלייך זיי וואלטן געגאנגען אין וואסער. ר”ר הירשל’ע ליסקער האט אויסגעפירט, “אבער מיט דעם אלעם האט ער זיך קיינמאל ווייטער נישט געוואלט לייגן אין בעט”.
געשפּאלטן דעם ים
אן ענליכע מעשה ווערט דערציילט אז הרה”ק דער רבי ר’ שמעלקא זיע”א איז אמאל געפארן מיט הרה”ק דער רבי ר’ משה לייב מסאסוב זיע”א אויף א וויכטיגע שליחות מבטל צו זיין א געוויסע גזירה רעה ר”ל וואס האט דאן געהאנגען אויף די אידן.
אונטערוועגענס, אנקומענדיג צום טייך דונא, איז דער טייך געווען טיילווייז געפרוירען, און ס’איז אוממעגליך געווען דורכצופארען מיט א שיף, צוליב די גרויסע שטיקער אייז וואס זענען דארט ארומגעשווימען.
דער רבי ר’ שמעלקא האט דאן געבעטן פון א שיף קאפּ יטאן א גרויסען שיסל אין דער רבי ר’ שמעלקא מיר דער רבי ר’ משה לייב האבן זיך אריינגעזעצט אינעם שיסל, און דער רבי ר’ שמעלקא זי”ע האט אנגעהויבען צו זאגן די “שירה”, און אזוי בשעת’ן זאגן די שירה זענען זיי צו יעדענ’ס וואונדער – דורכגעשווימען דעם גאנצען ים.
ווען די מענטשען פון די אנדערע שטאט האבן געזען ווי צוויי מענטשן פארן דורך די פארפרוירענע טייך מיט א שיסל.., זענען זיי געלאפען דערציילען פאר’ן קעניג איבער דעם מאדנע געשעהעניש.
דער קעניג האט זיי באלד געלאזט רופן, און האט געזעהן אז די צווייי שמענטשן זענען גרויסע צדיקים און ער האט זיי אפגעגעבן די כבוד, און זעלבסטפארשטענדליך אז די גזירה רעה איז אפּ גערופען געווארן, און די שונאי ישראל האבן געהאט זייער וויסטע מפּלה.
צללו כעופרת במים – דער פריץ זינקט אינעם וואסער
דער נאסויד’ער רב זיע”א האט דערציילט א מעשה פלא פון זיין רבי’ן דער הייליגער צאנז’ער רב זיע”א: אין צאנז איז געווען א פריץ א גוי, וואס האט מיט זיין פיל רשעות געטוהן אסאך שלעכטס בפרט פאר די אידישע איינוואוינער, און ער פלעגט זיי אלעמאל פייניגן אויף אלע מיני אופנים.
איינמאל איז דער רשע – דער פריץ געפארן נעבן צאנז, נאנט צום טייך, וואס די טייך איז געווען באקאנט אז טיילמאל איז עס גאר נידעריג און טייל מאל איז עס גאר הויך, דאס הייסט אז אויב עס האט שטארק גערעגנט, פלעגט זיך אנזאמלן אסאך וואסער אריין אינעם ריווער, און דעמאלטס האט זיך דאס וואסער געהויבן גאר הויך, העכער פון די הויעכקייט פון דעם מענטש.
ווען דער פריץ איז דורכגעפארן נעבן דעם וואסער, איז אויך פונקט אין די זעלבע צייט אדורכגעפארן להבדיל בין חול לקודש דער הייליגער צאנז’ער רב זיע”א, און דער צאנזער רב זיע”א האט געהייסן זיין תלמיד אז ער זאל ארויף פארן מיט זיין וואגן אויפן טייך דעמאלטס איז געווען אינמיטן ווינטער און די טייך געווען גאר הויך), דער תלמיד מיט זיין אמונת צדיקים האט נישט געטראכט צו סאך, נאר גלייך געפאלגט דעם רבי’ן און אריינגעפארן אין טייך אריין, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אן אפענע נס, אז דער וואגן איז געפארן אויפן וואסער, כאילו די וואסער איז בכלל נישט טיף.
דער רשע – דער פריץ וואס האט געזעהן ווי דער ראבינער פארט אויפן וואסער, האט געטראכט בייי זיך, אז מה דאך דער ראבינער מיט זיין קליינע אויסגעריבענע קארעטע, קען ער אדורכפארן דעם טייך, וועל איך מיט מיין שטארקע וואגן זיכער קענען דורך פארן דעם טייך.
און אזוי ווי עס שטייט ביי די מצריים סוס ורוכבו רמה בים – אז דער רבוש”ע האט אריינגעלייגט שטאלץ אין די מצריים אז זיי זאלן וועלן אריינגיין אינעם וואסער עי’ קדו”ל], דאס זעלבע האט אויך דער פריץ אריינשפאצירט אינעם וואסער מיט אזא שטאלץ, און טאקע דעטרונקן געווארן אין די טיפענישן פונעם וואסער. און די אידן האבן געזעהן דעם אפענע נס, און אפגעאטעמט פון דעם רשע און צורר היהודים, כן יאבדו כל אוביך ה’.