א 60 יעריגער באביטשקע איז געווארן ארויסגערופן פון די זיכערהייט אונטערזוכן-ליניע אין די “טייוואנעיזער אינזל פון קינמען,” נאכ’ן זיך צוריקקערן פון כינע, ווי זי האט באזוכט. די וועכטער האבן באמערקט אז איר וועג פון גיין איז זייער ארויסשטארנד און מאדנע, אויסרופנדיג פארדאכט אז זי איז אונטער’ן איינפלוס פון אלקאהאל, אדער גאר עפעס אנדערש.
די טייוואנעיזער פרוי איז געשטאנען אין די ליניע גאנץ קאלט פרובירנדיג אנשטעלן ווי זי איז זייער רואיג, ווען באאמטע האבן באשלאסן איר ארויסצורופן פון די ליניע און אריינפירן אין די באשטימטע צימערן ווי זיי קענען דורכפירן מער גרונטליכע אונטערזוכונגען מיט פארשידענע ערליי סאפיסטיקירטע טעכניקן און מאשינען.
זי האט פרובירט אנשטעלן ווי זי איז שוואך, און פארשטייט נישט וואס מען וויל פון איר, אבער די קאלטע וועכטער האבן פארגעזעצט מיט די אונטערזוכונגען איבער איר אלע געפעק און קליידער.
דאן האבן זיי שאקירנד אפגעטראפן די אורזאך פון איר אינטערסאנטע אומגעווענליכע וועג פון שפאצירן, נעמליך, זי האט פארמאגט 24 אינדיווידועלע פארפאקטע לעבעדיגע געבריל מייזלעך, (א געוויסע סארט שטוביגע באשעפעניש וואס איינוואוינער אין יענע סארט לענדער גלייכן צו האדעווען אינדערהיים – יעפ אשר בחר בנו מכל עם, קומט מיר אריין דעם פסוק אין געדאנק א”וו) איינגעוויקלט און באהאלטן צווישן אירע קליידונג.
די באאמטע האבן זיך נישט געקענט איבערקומען צו טרעפן אזויפיל ווי 24 לעבעדיגע באשעפענישן, צוגעבינדן צו איין מענטש. די פרוי האט זיך פרובירט פארענטפערן מיט נארישע ענטפערס, אז זי האט דאס געקויפט פאר א פריינט, און איינגעהאנדלט אין א געשעפט אין כינע אלס אן אנדענק צו איר רייזע.
די לופטפעלד אויספארשער גלייבן אבער אז זי איז געווארן געשיקט דורך נידריגע אונטערוועלט רינגען וואס שווערצן דראגס, וועלכע האבן געוואלט אויספרובירן און דערגיין ווי שטארק די אונטערזוכונג פראצעדורן, זענען ביי די ספעציפישע טייוואנעיזע לופטפעלד, און דורכדעם וויסן צו ס’קען זיי צונוץ קומען ביי אומלעגאלע שווערצונגען.
די פרוי שטייט אויס א לעגאלע פראצעדור מיט עטליכע קלאגעס, און די אלע מייזלעך האט מען אפגעשיקט צו א באשעפענישן שפיטאל אין טייוואן ווי די וועטערינעריענס האבן עס אונטערזוכט און צוליב זייער שווערע צושטאנד באשלאסן זיי צו אפשטארבן.