וואשינגטאן – כינע האט אויספרובירט די וועלט’ס מאכטפולסטע נעוועל גאן, פריער אין די מאנאט, און ס’איז ערווארטעט צו זיין גרייט צו באנוצט ווערן אין יאר 2025, לויט ווי עס געבן אן מענטשן מיט דירעקטע וויסנשאפט פון א פאראייניגטע שטאטן אינטעלידזענט”ס באריכט. די נעיוועל גאן, איז א מאכטפולע גאן צוגעטשעפעט אויף מלחמה שיפן, מיט פארשידענע מעגליכקייטן אין באקומען אן אויבערהאנט ווען מען דארף קעמפן דורך שיפן אין די וואסער.
כינע האט אויך שוין ערצייגט איר רעילגאן וואס די רוסישע, איראנער און אמעריקאנער מיליטערן וואונטשן זיך שוין לאנגע יארן צו האבן, זייענדיג א ביליגע סארט וואפן וואס געבט פאר די נעווי זעלנער דער מאכט פון א קאנאן און אין די זעלבע צייט די צילשיס-פונקטליכקייט ווי א פארגעשריטענע מיסיל.
די רעילגאן קען שיקן א קויל מיט די שטארקייט פון א קאנטראלירטע מיסיל. רעילגאנס נוצן עלעקטראמעגנעטישע ערנערגיע אנשטאט פון גאן שטויב, און כינע האט די מעגליכקייט צו שיסן א ציל 124 מיילן אוועק מיט די שנעלקייט פון 1.6 מייל, וואס צו אראפגעבן א קלארערער פערספעקטיוו, קען כינע’ס רעילגאן שיסן א קויל פון וואשינגטאן קיין פילאדעלפיע, און 90 סאקונדעס.
די קוילן רונדעס גענוצט אין כינע’ס רעילגאן, קאסטן אפ צווישן 25,000 און 50,000 איינס, לויט די אינטעלידזשענטס אפשאצונג.
די אמעריקאנער רעילגאן וואס איז נאך יארן אוועק פון אפערירן, פארבלייבט קלאסיפיצירט נאכאלץ זייענדיג אין די דעוועלאפמענט חלקים, אונטער די אפיסעס פון די נעיוועל ריסוירטש.
די נעוועל גאן נייעס קומט אין א צייט וואס עס הערשט גאנץ אנגעצויגענע געמיטער צווישן כינע און די פאראייניגטע שטאטן, מיט די טרעיד דיעל, און צייגט אז די געיעג נאך געווער און פארשריט אויף די מיליטערישע שלאכט ארטיקלען זענען ווייט פון א פארגאנגענהייט.