א פראנזצויזישער גראפיקער האט אנגעהויבן א פראיעקט וואס ווי ער טענה׳ט וועט ער קענען איינשפארן מיליאנען פאר אמעריקאנער גרויסע פירמעס ווי פעד-עקס, יו-פי-עס. און אזוי ווייטער. און ווי ער זאגט וועט דאס אויך האבן א גרויסע אימפעקט אויף די ענווייראמענט פון די וועלט.

די יעצטיגע לאגא און נייע ווערסיע לויט דער פראנצויזישער גרעפיקער’ס ווערסיע וויאזוי מק’דאנעלדס קען שפארן אסאך געלט

ווי ער טענה׳ט האט די קאמפאני ווי סטארבאקס פאריאר אליין געדרוקט ארום 670 מיליאן גלעזלעך מיט די לאגא דערויף און יעדע פרינט קאסט $0.15 און עס ניצט 0.06 מילי ליטער פון טינט אויף א יעדע קאפ, די נייע לאגא העלפט איינצושפארן 38 פראצענט פון טינט, 0.0228 טינט פער קאפ, דאס מיינט יערליך 4,000 גאללאן פון טינט וואס קאסט א שאצונג פון $40 מיליאן דאלער א יאר.

יעצט בלייבט צו זען אויב די קאמפאני׳ס וועלן מסכים זיין, עס וועט דאך טוישן זייער ברענדינג, און אפשר וועט זיך דאס גאר לוינען ווייל זיי וועלן זיין פון די eco friendly קאמפאניע׳ס. אט זענען עטליכע בילדער פון פירמעס וואס קענען שפארן געלט מיט ארומטוישן זייערע לאגאס דורך אויסליידיגן די טינט פון אינעווייניג, לויט די ווערסיע פון דעם גרעפיקער, כאפט א בליק אויף עטליכע ביישפילן.

איבערן שרייבער

אברהם פיינער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.