אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען

היסטארישער שטייער רעפארם, א טריט נענטער צו רעאליטעט

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט אפגעצייכנט אן ערנסטע לעגיסלאטיווע זיג, נאכדעם וואס דער סענאט האט שבת פארטאגס געשטימט אויף דעם היסטארישן שטייער רעפארם ביל, וועלכע וועט צושטעלן א געשאצטע איינס און אהאלב טריליאן דאלאר אין שטייער שניטן, וואס די רעפובליקאנער פארשפרעכן אז עס וועט געבן א שטארקן פאראויסשטופ פאר דער אמעריקאנער עקאנאמיע.

דער ביל איז באשטעטיגט געווארן מיט 51 שטימען, קעגן 49 וועלכע האבן געשטימט דערקעגן – דאס הייסט אז אלע דעמאקראטן האבן געשטימט דערקעגן, און דער רעפובליקאנער סענאטאר באב קארקער איז געווען דער איינציגסטער רעפובליקאנער וואס האט געשטימט דערקעגן. וויצע פרעזידענט פענס איז אריינגעברענגט געווארן צו געבן די 51׳סטע שטימע, אז עס זאל באקומען די מינימאלע רוב.

אצינד, אז דער סענאט האט שוין באשטעטיגט שטייער רעפארם, וועט עס אריבערגיין צו א ספעציעלע “קאנפערענץ”, וואס באשטייט פון סענאטארן און קאנגרעסלייט, מיט’ן ציל צו פארגלייכן און פארגלעטן די דיפערענצן צווישן די ווערסיעס וואס דער סענאט האט שבת באשטעטיגט און וואס קאנגרעס האט שוין באשטעטיגט עטליכע מאנאטן צוריק. דערנאך וועט עס גיין צום פרעזידענט פאר אן אונטערשריפט.

קרעדיט: דער איד.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.