לאקאל און נאציאנאל

129 אינדיאנער ארעסטירט פארן זיין רעגיסטרירט אין אן אומעקזיסטירנדע שולע

אינדיע האט פארדאמט די פאראייניגטע שטאטן פארן ארעסטירן 129 אינדיאנער, וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע זיך איינגעבנדיג אז זיי זענען סטודענטן אין א געוויסער אוניווערזיטעט, וועלכע האט קיינמאל נישט עקזיסטירט.

לויט אינדיע זענען די אלע ארעסטירטע געפאלן א קרבן פאר די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם, וואס איז באקאנט מיטן וועבן און שטופן מענטשן צו טון קרימינאלע שטיק, און דערנאך נוצן די שטיק קעגן זיי אין געריכט.

די פרעמינגטאן אוניווערזיטעט וועלכע דארף צו זיין לאקירט אין מישיגן,  איז ‘אויפגעשטעלט געווארן’ אין יאר 2015 דורך געהיימע אגענטן פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, כדי אפצושטעלן די פרעמדע וואס קומען אריין מיט סטודענטן וויזעס אין אמעריקע, אוו זיי פארבלייבן שוין אין לאנד.

די פאלשע אוניווערזיטעט האט פארמאגט אן אינטערנעט זייטל וואו עס איז געשטאנען אז עס קאסט 8,500 דאלער א יאר שכר לימוד פאר די וואס באקומען די נומער איינס דעפלאמע, און 11,000 דאלער פאר די וואס באקומען די שוואכערע דיפלאמע. באזונדער האבן זיי פארמאגט א פעיסבוק אקאונט וואס האט ארויפגעלייגט פארשידענע ‘נייעס און נאטיצן’ פון די שולע.

פארלאפענע וואך האט די געריכט געמאלדן אז דאקומענטן צייגן אז די ארבעטער אינעם אוניווערזיטעט זענען געהיימע אגענטן פאר די אימיגראציע אגענטור. לויט די אנקלאגער האבן די אלע 129 ארעסטירטע קלאר געוויסט אז די שולע עקסיזטירט נישט אין פאקט, און דאך האבן זיי געצאלט די שכר לימוד געלטער כדי צו זיין אין לאנד, כאטש וואס קיינער איז נישט געקומען לערנען אין שולע.

די אלע זענען ארעסטירט געווארן פארלאפענעם מיטוואך, און אויב וועלן זיי דערקלערט ווערן שולדיג וועט מען זיי אלע ארויסווארפן פון לאנד. לויט א באריכט אין  BBC וועלן באזונדער אנגעקלאגט ווערן אכט אגענטן וואס האבן געארבעט צו שאפן סטודענטן פאר די פאלשע אוניווערזיטעט, אויף קלאגעס פון שווינדל און העלפן אומלעגאלע אימיגראציע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.