אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

דריי וויסנשאפטלער אומגעקומען דורכאויס פארשונגען אין איראנער ספעיס צענטער

דריי וויסנשאפטלער זענען אומגעקומען פון א פייער אינעם איראנער ספעיס צענטער, דורכאויס זייער ארבעט צו פארשן און ערפינדן ספעיס טעכנאלאגיע.

דער פראפעגאנדע מיניסטאר פון יאראן, מוכאמאד דזשאוואד אזארי דזשהראמי, האט געזאגט אז די דריי וויסנשאפטלער זענען “געשטארבן פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין איינע פון די געביידעס פון די ספעיס פארשונג צענטער”, אבער ער האט נישט צוגלייגט מער דעטאלן.

איראן פרובירט צו שיקן סאטעליטן צום ספעיס טראצדעם וואס אמעריקע האט געווארנט אז זיי זאלן זיך נישט דערוואגן דאס צו טוען, טענה’נדיג אז די ציל פון די סאטעליטן איז צו אויפארבעטן די סיסטעם פאר באליסטישע מיסלס פון טעהאראן.

פארלאפענעם יאנואר למספרם האט איראן געשיקט א סאטעליט אין ספעיס, אבער עס איז דורכגעפאלן און נישט אנגעקומען צו איר דעסטינאציע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.