אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

באריכט: אמעריקע סאבאטאזשירט איראנער סאטעליט און מיסל פראגראמען

די ניו יארק טיימס האט נעכטן פובליצירט אז אמעריקע פירט אן א געהיימע פראגראם, וואס איז געצילט צו סאבאטאזשירן די סאטעליט און מיסל פראגראמען פון איראן, אין ליכט פון צוויי דורכגעפאלענע סאטעליט ארויפשיסונגען פון איראן אין די לעצטע שטיק צייט.

אמעריקאנע רעגירונג באאמטע האבן פארציילט פאר די טיימס איבער א געהיימער פראגראם אין וואס אמעריקע שיקט אונטער פאר די איראנער וויסנשאפטלער פראבלעמאטישע באשטאנדטיילן צו זייערע בוי פראיעקטן, וועלכע צעשטערט די אויפבוי פון סאטעליטן און מיסלס.

לויט די באאמטע עקזיסטירט שוין דער פראגראם זינט די צייטן פון פרעזידענט בוש דער זוהן, און האט באקומען אצינד א געזונטן שטופ צו פארמערן די אקטיוויטעטן, אונטער פרעזידענט טראמפ וואס איז גאר שטייף קעגן איראן.

ווי עס ווערט אויפגעדעקט אינעם באריכט, איז דאס בלויז איין טייל פון א ברייט פארצווייגטער אפאראציע צו אפשוואכן איראן’ס מיליטער און עקאנאמיע.

די סאטעליט אנטוויקלונג פראגראם אין איראן עקזיסטירט שוין פאר איבער צען יאר, אבער אין די צייט וואס דורכשניטליכע לענדער האבן בלויז 5% דורכגעפאלענע ארויפשיסן, פארמאגט איראן אזויפיל ווי 67% פון דורכפעלער! דאס זעלבסט צינדט שוין אן א רויטן לעמפל, און זאגט אז עפעס ליגט אין די פרישע באריכט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

  • וואס איז פשט אז מען פארעפנטליכט אזעלכע אינפארמאציע? איז דאס נישט קלאסיפיצירטע מאטעריאל? בכלל ווי אזוי ווערט דער ניו יארק טיימס געוואויר פון די מיליטערישע געהיימניסן?

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.