אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

ווייסע הויז האט געבעטן יאפאנעזער פרעזידענט צו נאמינירן טראמפ פאר’ן שלום נאוועל פרייז

דער יאפאנעזער פרעזידענט שינזא אבעי, האט פאראיאר נאמינירט דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ, אלס א קאנדידאט פאר די שלום נאוועל פרייז, לויט א באריכט אין די יאפאנעזער צייטונג “אסאהי שימבאון”.

לויט דער באריכט, האט אבעי נאמינירט טראמפ אויף די פארלאנג פון די ווייסע הויז.

די באריכט קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט אז אבעי האט אים נאמינירט פאר דעם אזוי געגארטן נאוועל שלום פרייז, צוליב זיינע געשפרעכן מיט דעם צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן.

דורכאויס א פרעסע קאנפערענץ פארלאפענעם פרייטאג אינעם ווייסן הויז, האט טראמפ געזאגט פאר זשורנאליסטן אז די יאפאנעזער פרעזידענט האט אים געשיקט “די שענסטע עקזעמפלאר” פון א כתב המלצה, וואס איז לאנג פינף זייטן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.