אידישע נייעס אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

געלע וועסטלעך פראטעסטירער פארשרייען אידישער פיגור מיט אנטיסעמיטישע לאזונגען

פראנצוזישע נייעס קאנאלן האבן היינט געמאלדן אז עס איז געעפנט געווארן אן אויספארשונג אויף די אנטיסעמיטישע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט דורך די ווילדע “געלכע וועסטלעך” פראטעסטירער אין פראנקרייך, נאכדעם וואס זיי האבן נאכגעשריגן א אידישער פיגור מיט לאוזונגען און עקלהאפטיגע געשרייען.

אלען פינקעלקרויט, איז א אידישער פילאזאף, אקאדעמיקער, שרייבער, און ראדיא אויפטרעטער אין פראנקרייך, וואס איז רעספעקטירט אין די אלגעמיינע פראנצוזישע גאס.

די פראטעסטירער האבן זיך שוין לאנג ארויסגעשטעלט אלס וויסטע אנטיסעמיטן און געמיינע שונאי ישראל, אבער אצינד האבן זיי עס ווידעראמאל פעסטגעשטעלט.

דעם שבת איז ער ארויסגעקומען אויפן גאס, און זיך אנגעשטאלפערט אין די כוואליע פון די “געלע וועסטלעך פראטעסטירער” קעגן די מאקרון רעגירונג.

ווען די פראטעסטירער האבן אידענטיפיצירט פינקלקרויט, האט זיך אנגעהויבן ארום אים א היציגער צווישנרוף, ווי די אנטיסעמיטן האבו געשריגן צווישן אנדערע (מיר ציטירן בלויז די איידעלע פון זיי):

“גיי פון דא פארשטינקענע איד”, “שמוציגער יוד”, “פראנקרייך איז אונזערס, נישט דיינס”, “פליה אוועק פון דא”, “קראנקער ציוניסטישער מיסט קאסטן”, און אזוי ווייטער.

צו מזל זענען באלד געקומען צו לויפן די זיכערהייט וועכטער אויפן ארט און אים באשיצט, אנדערש וואלט ער זיכער ארויס פון דארט מיט צעקלאפטע ביינער.

דער פראנצוזישער פרעזידענט מאקרון האט עס שארף פארדאמט, און אזוי אויך האט דער אינערן מיניסטאר קריסטאף קאסטנער קלארגעשטעלט אז דאס איז א שרעקליכער עוולה.

עס דארף באטאנט ווערן, אז אנטיסעמיטיזם אין פראנקרייך שטייגט און וואקסט ליידער פון טאג צו טאג, און עס בלייבט צו מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל האלטן זיין רעכטן האנט אויף די טויזנטער אידן וואס וואוינען דארט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.