א דרייווער פון א געפאנצערטע “ברינקס” טראק וואס איז געאייגנט צו ליפערן געלטער, איז ארעסטירט געווארן אין שטאט אמאיין אין צפון פראנקרייך, נאכן גנב’נען 3.1 מיליאן יורא.
לויט די פאליצייאישע באריכטן, איז אים געלונגען צו באהאלטן ארום האלב פון זיין רויבעריי בעפאר מען האט אים עספיעט צו קייטלען.
דער 27 יעריגער ארדיאן דורבאז, איז פארשוואונדן געווארן פארלאפענעם וואך מיט די געפאנצערטער טרעקל וואס ער האט געפירט, איבערלאזנדיג זיינע צוויי קאלעגעס אינדערויסן פון די אפיסעס פונעם וועסטערן יוניאן באנק אין אוברווילאייע, א פארשטעטל צו פאריז.
די טרעקל איז געפינען געווארן נאך א קורצע זוכעריי פארקירט ביי עטליכע געביידעס אראפציהר, אבער די טירן זענען געווען אפן, און דאס געלט איז פארשוואונדן.
די פאליציי האט דורכגעפירט אן אבעלאווע אויף די הויז וואו ער האט זיך באהאלטן אין אמאיין א טאג שפעטער.
דער גנב איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטער וועלנדיג אנטלויפן, אבער די פאליציי האט אים געכאפט. באזונדער האט מען ארעסטירט דעם אייגענטומער פונעם הויז און איר זון.
זיי האבן געטראפן ביי אים דאס געלט, אבער נאר האלב דערפון. זיי האפן אז ער וועט עפענען דאס מויל אין טורמע, און דערציילן ווי די אנדערע טייל גניבה געפינט זיך.