וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויפגעכאפט אויף עטליכע טעותים און פאלשע באריכטן וועלכע זענען לעצטנס פובליצירט געווארן דורך פאפולערע מידיא פיגורן.
ערשטנס האט מען געזען פארגאנגענעם פרייטאג, ווען “סי-ען-ען” האט פובליצירט א באריכט אז פרעזידענט טראמפ און זיינע נאנטע האבן אום סעפטעמבער 4 יאר 16′ באקומען אן אימעיל מיט א “לינק” צו געהעקטע וויקיליעקס דאקומענטן, וואס אויב דאס איז אמת, וואלט עס באדייטעט אז וויקיליעקס האט צוגעשטעלט זייער סחורה פאר טראמפ נאך בעפאר דער פובליק האט עס געזען.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז סי-ען-ען’ס באריכט איז געווען אומריכטיג, ווייל טראמפ האט באקומען דעם אימעיל סעפטעמבער 14, ווען דער פובליק האט שוין יא געהאט געזען די וויקיליעקס דאקומענטן.
א צווייטע פאל איז געווען ווען דער “וואשינגטאן פאוסט” רעפארטער דעיוו ווייגעל האט פובליצירט אומאקוראטע בילדער פון א טראמפ ראלי פרייטאג צונאכטס אין פלארידע. טראמפ האט אראפגעריסן סי-ען-ען אויף טוויטער, און שפעטער פארלאנגט אז דער וואשינגטאן פאוסט זאל ארויסווארפן ווייגעל.
קרעדיט: דער איד טעגליך