מעיאר דעבלאזיא: דאס איז געווען א טעראר אטאקע! » פרעזידענט טראמפ ווערט אינפארמירט אין א ספעציעלע בריפינג איבער די אטאקע אנטוויקלונגען » קוועלער: דער טעראריסט האט זיך ערנסט געשעדיגט, און וועט ווארשיינליך אויסגיין פון זיינע וואונדן
ניו יארק. – פאליציי און עמערדזשענסי אגענטורן אין ניו יארק סיטי האבן רעאגירט מיט מאסיווע כוחות און גערודער, צו א דורכגעפאלענע טעראר אטאקע, אין די פארט אויטאריטי באס סטאנציע, איינס פון ניו יארק סיטיס מערסט פארנומענע אונטערערדישע סאבוועי סטאנציעס.
די אטאקע איז דורכגעפאלן און האט נישט אויפגעריסן גענוג מאכטפול, און האט פארוואונדעט פיר מענטשן אריינגערעכנט דער טעראריסט “אולא אקאיעד” 27 יאר אלט, וועלכע האט זיך די די מערסטע געשעדיגט.
אקאיעד האט אליינס צוזאמגעשטעלט די פייפ באמבע און דאס צוגעטשעפעט צו זיין קערפער, דורך וועלקראו און זיפ טיי”ס, ער האט דורכגעפירט די אטאקע זייענדיג אינספירירט דורך די איסלאמישע שטאט גרופע. לויט באריכטן אין די האפינגטאן פאוסט האט אקאיעד האט דערמאנט אייסיס זייענדיג אונטער ארעסט.
אקאיעד איז אן אפשטאמיגער פון בענגלאדעש, און איז אן אמעריקאנער בירגער, ער וואוינט אין פלעטבוש.
דער טעראריסט איז געווארן באהאנדלט דורך די פאליציי, ווערנדיג אפגעפירט צו די בעלוויו שפיטאל, ער האט פארמאגט שטארקע בריען אויף זיין האנט, בויך, און פולע טיילן פון זיין קערפער.
3 אנדערע אנוועזנדע זענען געווארן באהאנדלט פאר מילדע וואונדן, קאפוויי און איינער פארן זיך באקלאגן אויפן הערן רינגערייען און פייפערייען אין די מח, זייענדיג טראומאטיזירט.
דער פאליציי קאמישענער דזשעימס אנייעל האט אין א פרעסע קאנפרענץ אנגערופן די עקספלאזיע אלס “אן אקט מיט שייכות צו טעראר”.
גאווערנער קאומא האט געזאגט אז די אויפרייס מאטריאל וואס דער טעראריסט האט גענוצט, איז געווען לאו-טעק און נישט פראפעסיאנאל צוזאמגעשטעלט, זייענדיג באזירט אויף א פייפ באמבע.
די אטאקע האט אריינגעווארפן די סאבוועי אין טאטאלע כאאס און די טערמינאלן A, C, און E זענען געווארן עוואקואירט, און פארשידענע רייזעס זענען געווארן אפגעשטופט און אפגערופן ברענגענדיג אומבאקוועמליכקייטן צו טויזענטער וואס רייזן מיט די סאבוועי טעגליך. עס זענען דארט פארהאן ארום 12 סאבוועי ליניעס און עס איז א גאר פארנומענער גאס מיט טויזענטער טוריסטן און פארבייגייער.
אנוועזנדע האבן געזאגט פאר די ניו יארק טיימס אז זיי זענען געווארן דערשאקן ביז גאר ווערנדיג אנגעפאלן דורך פאליציי אפיצירן מיט אויסגעשטרעקטע גאנס, “איך האב געזען אן עלטערער פרוי אראפפאלן אויף דער ערד, אבער עס איז נישט געווען קיינער וואס זאל איר העלפן, ווייל יעדער איז געלאפן פאר זייערע לעבנס, און די סיטואציע איז געווען שרעקעדיג.
פאלגט נאך באזונדערע דעקונג פון בילדער און ווידעא פון די טעראר אטאקע, דא אויף אידישער ווינקל.
אינטערסאנט אז סי ען ען זאגט אז ע’רט עס געטאן וועגן עזה.. ווען אין די זעלבע צייט שרייבט די ניו יארק טיימס אז ע’רט געזאגט פאר פאליציי אז צוליב דעם וואס אמעריקא אטאקירט אייסיס.