אלאבאמא – דאוג דזשאונס, דער דעמאקראטישער קאנדידאט אין דעם ספעציעלן אלאבאמא סענאט פארמעסט, האט נעכטן באזיגט זיין רעפובליקאנער קעגנער ראי מאור, אין א היסטארישן געווינס, וויבאלד ס’איז שוין פאריבער איבער 20 יאר זינט א דעמאקראט איז דערוועלט געווארן אין אלאבאמא צום סענאט.
דזשאונס’ זיג ברענגט אן ענדע צו איינס פון די מער-שטורמישע סענאט פארמעסטן אין די לעצטערע יארן, ווען זיין רעפובליקאנער קעגנער מאור איז באשולדיגט געווארן מיט פילע מיסברויכן, אריינגערעכנט דאס אז ער האט אדוואקאטירט צוריקצושטעלן קנעכטשאפט און אוועקנעמען פרייהייט פון די שווארצע.
פרעזידענט טראמפ האט העפטיג קאמפיינט פאר מאור, און באזונדער האט די קאנסערוואטיווע פליגל פון דער רעפובליקאנער פארטיי שטארק קאמפיינט פאר מאור, און די דעמאקראטן זאגן אז דזשאונס’ געווינס צייגט אז די אמעריקאנער וויילער ווילן אויסשפייען “טראמפיזם” און זענען נישט צופרידן פון פרעזידענט טראמפ.
קרעדיט: דער איד