וויען – א מאסיווער אויפרייס האט פאסירט ביי דער גרעסטער גאז איינריכטונג אין עסטרייך, אומברענגענדיג איינעם און פארוואונדענדיג אמווייניגסטנס אכצן אנדערע.
א פייער האט נאכגעפאלגט דעם אויפרייס, וועלכע האט פאסירט ביי דער “באומגארטן נאטורליכער גאז” איינריכטונג, הארט נעבן דער הויפטשטאט וויען, נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט סלאוואקיי.
דאס פייער איז שנעל געברענגט געווארן אונטער קאנטראל, און די פאליציי זאגט אז דער אויפרייס האט פאסירט צוליב א טעכנישן פראבלעם, און איז נישט געווען קיין דירעקטער אונטערגעשטעלטער טעראר אויפרייס.
דער אויפרייס האט אפעקטירט גאנץ אייראפע, וויבאלד די באומגארטן איינריכטונג איז איינס פון די גרעסטע פלעצער וואו גאזאלין פון רוסלאנד קומט אריין און ווערט פון דארטן פארשפרייט צו אנדערע אייראפעאישע לענדער, און אלס רעזולטאט פונעם אויפרייס, האט מען געמוזט אפשטעלן די ארבעט, ברענגענדיג אז גאזאלין פרייזן זאלן ארויפשיסן מיט א זעלטענע שנעלקייט לענגאויס עטליכע אייראפעאישע לענדער.
קרעדיט: דער איד טעגליך