דייטשלאנד – א מאדנער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין אייראפע, ווען א “בריטיש עירוועיס” פליגער, פון בערלין קיין לאנדאן, האט שוין געהאלטן ממש ביים אנקומען העכער ענגלאנד, און עס האט זיך צוריקגעדרייט און געלאנדעט אינעם זעלבן ארט פון וואו עס האט זיך געהויבן.
דאס האט פאסירט ווען דער פליגער האט געזאלט זיך הייבן פון בערלין אום 2 אזייגער נאכמיטאג, אבער עס האט זיך פארשפעטיגט צוליב גאר שווערע וועטערס, און ערשט 5 שעה שפעטער האט עס זיך געהויבן. אבער פליענדיג אין דער לופטן, זייענדיג א קנאפע שעה אוועק פונעם היטראו לופטפעלד אין לאנדאן, האט זיך דער פליגער צוריקגעדרייט און צוריקגעפלויגן קיין בערלין, וויבאלד די שניי אין לאנדאן האט נישט ערלויבט צו לאנדן דארטן.
שוין נאכ’ן צוריקקומען קיין בערלין, זענען די פאסאזשירן נאך נישט גלייך אראפגעלאזט געווארן פונעם פליגער, נאר זיי זענען געווען געצוואונגען צו זיצן 3 שטונדן, ווילאנג די לופטליניע האט געקענט פאסן א באשלוס וואס צו טאן מיט די פאסאזשירן.
די לופטליניע האט זיך אנטשולדיגט פאר די אומבאקוועמליכקייטן, זאגנדיג אז דאס צוריקקומען צום זעלבן ארט פון וואו מען האט זיך געהויבן, איז “סטאנדארט פראצעדור”.
קרעדיט: דער איד