אויסטראליע – די פראנצויזישע “יוניבעיל ראדאמקא” פירמע האט איינגעשטימט אפצוקויפן “וועסטפיעלד” – אן אויסטראליע-באזירטע פירמע וועלכע פארמאגט גרויסע שאפינג מאללס איבער דער וועלט, אריינגערעכנט אין אמעריקע – פאר דער אסטראנאמישער סומע פון 15.8 ביליאן דאלאר.
די ריעל עסטעיט און טעכנאלאגיע וועלט איז נעכטן געווען אויף מיט די נייעס איבער’ן וועספיעלד פארקויף, זאגנדיג אז דאס צייגט אז עס לוינט זיך מער נישט צו אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט פון שאפינג מאללס און אנדערע ריטעיל געשעפטן, וויבאלד מער און מער מענטשן קויפן איין אנליין און גייען נישט אין קיין פיזישע געשעפטן מער.
דער פאקט אז וועסטפיעלד האט זיך געמוזט פארקויפן, סימבאליזירט דעם טויש זייער שטארק, וויבאלד עס איז באטראכט געווארן אלס מער א טייערע סארט שאפינג-מאלל נעץ, וואס איז נישט אפעקטירט געווארן אריגינעל פונעם 08′ עקאנאמישן קראך אזוי שטארק, און אויך איז איר שאפינג מאלל אין לאס אנדזשעלעס נארוואס אריבער אן איין ביליאן דאלארדיגע רענאוואציע.
קרעדיט: דער איד