ניו יארק – אקאיעד אוללא, דער טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט די דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין דעם פארט אויטאריטי באס טערמינאל אין ניו יארק סיטי, איז נעכטן אפיציעל אנגעקלאגט געווארן איבער דער אטאקע, מיט א סעריע טעראר און וואפנס קלאגעס.
די קלאגעס קעגן אוללא זענען געקומען אינעם זעלבן טאג וואס מ’האט געהערט מער דעטאלן פון די פראקורארן, אריינגערעכנט אז א קורצע צייט איידער ער האט דורכגעפירט די אטאקע, האט ער זיך גערייצט מיט פרעזידענט טראמפ דורכ’ן אינטערנעט, שרייבנדיג, “טראמפ, דו ביסט דורכגעפאלן אין באשיצן דאס לאנד”.
אויך האט מען נעכטן געהערט פון די אויטאריטעטן אין בענגלאדעש, דאס לאנד וואו אוללא איז געבוירן געווארן, אז ער איז בכלל נישט געווען אויף קיין שום טעראר ליסטע, און אויך האבן די בענגלאדעשער אויטאריטעטן געזאגט אז זיי האבן גענומען אוללא’ס פרוי פאר אויספארשונגען, צו זען צי זי האט געוואוסט פון זיינע אטאקע פלענער פון פאראויס.
קרעדיט: דער איד