אלאבאמא – טראץ וואס כמעט אלע שטימען זענען שוין געציילט, און עס איז קלאר אז דער דעמאקראט דאוג דזשאונס האט געוואונען דעם אלאבאמא סענאט פארמעסט, וויל נישט דער רעפובליקאנער קאנדידאט ראי מאור אויפגעבן און ער וויל אן איבערציילונג.

מיט 99 פראצענט פון אלע שטימען געציילט, האט דזשאונס אן אויבערהאנט פון ארום 1.5 פראצענט איבער מאור. דזשאונס האט באקומען 49.9 פראצענט פון די שטימען (673,236 שטימען) און מאור האט באקומען 48.4 פראצענט (652,300 שטימען).

מען האט נעכטן אויך געהערט פון טראמפ איבער דזשאונס’ געווינס, שרייבנדיג: “די סיבה פארוואס איך האב אריגינעל אינדארסירט לוטער סטרעינדזש (און זיינע ציפערן זענען דאן געשטיגן מאכטפול), וויבאלד איך האב געזאגט אז ראי מאור וועט נישט קענען געווינען אין די אלגעמיינע וואלן”.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.