שפאניע האט רעאגירט מיט אויפברויז צום פארלאנג פונעם מעקסיקאנער פרעזידענט, אז שפאניע דארף זיך אנטשולדיגן פארן איינעמען איר לאנד פאר 500 יאר צוריק, זאגנדיג אז דאס איז א “פארשעמענדע און באליידיגנדע שריט פאר שפאניע’ס היסטאריע”.
די שפאנישע מלוכה האט געהערשט 300 יאר אויף מעקסיקא. די ערשטע שלאכט פון די שפענישע איינעמער אין מעקסיקא איז פארגעקומען אין שפיץ פון גענעראל הארנא קארטעס אין יאר 1519 למספרם, און האט געהערשט ביז יארע 1821 למספרם.
דער מעקסיקאנער פרעזידענט אנדרעס מאנועל לופעז אובארדאר, האט פארציילט אז ער האט געשיקט בריוו צום שפענישן קעניג פעליפא, און צום פויפסט פראנציקסאס, “כדי זיי זאלן קענען בעטן אנטשולדיגונג פאר די מעקסיקאנער” אויף די פארברעכן וואס די שפאניארדן זענען באגאנגען קעגן זיי דורכאויס די אלע יארן.
אין שפאניע – וועלכע שטאלצירט נאך ביז היינט מיט איר געוועזענע קאלאניעס – האט מען דאס אויפגענומען מיט גרויס באליידיגונג. די סאציאליסטישע רעגירונג האט געמאלדן אז זיי “טוען זיך שארף קעגנשטעלן” צו וואס עס שטייט אינעם בריוו, זאגנדיג אז מ’קען נישט היינט פארשטיין וואס עס איז פארגעקומען אין שפאניע 500 יאר צוריק. (ס’איז דאך טאקע נישט צום פארשטיין…).