דער איטאליענער אינערן מיניסטאר מעטיאו סעליביני האט געמאלדן אז איטאליע וועט שענקען בירגערשאפט פאר א עגיפטישער קינד וועלכער האט געראטעוועט זיין קלאס פון א פארכאפונג.
פארלאפענע וואך האט א באס דרייווער פרובירט צו פארכאפן 50 קינדער וואס ער האט געפירט אלס משכונות, צו פראטעסטירן די שטרענגע רעגולאציעס פון איטאליע צו אימיגראנטן, וועלכע ווערן א דאנק דעם דערטראנקען אין די וואסערן פונעם מיטל-לענדישער ים.
דער דרייווער האט צוגענומען זייערע סעלפאונס און געמאלדן פאר די קינדער אז “קיינער פון ענק וועט נישט איבערלעבן”. אבער איין 13 יעריגער עגיפטיש-אפשטאמיגער קינד מיטן נאמען ראמי שכאטא, האט באוויזן צו באהאלטן זיין סעלפאון.
ער האט זיך געמאכט ווי ער פרעפלט, אבער אין פאקט האט ער גערופן זיין טאטן כאלעד, וועלכער האט אלארמירט די פאליציי, וואס איז נאכגעגאנגען די סעלפאון סיגנאלן און געטראפן די באס אין די מילאנאו פאר-שטעטלעך.
די פאליציי האט אראפגעהאלטן דעם קידנעפער וואס האט בשעת מעשה אונטערצוצינדן דעם באס מיט אלע קינדער אינעווייניג רח”ל, און די קינדער זענען אנטלאפן מיט די נשמה אין די הענט, בשעת ווען דער דרייווער ווערט ארעסטירט.
ראמי איז לויט די BBC נייעס אגענטור געבוירן אין איטאליע, נאכדעם וואס זיין טאטע האט עמיגרירט אין יארע 2001 פון עגיפטן, אבער האט נישט פארמאגט קיין איטאליענע בירגערשאפט, וויבאלד לויט די געזעץ קענען קינדער פון אימיגראנטן נישט באקומען בירגערשאפט אונטער 18 יאר.