לאנדאן – דאס בריטישע מיליטער האט געשטעלט אלס א הויפט פריאריטעט אין די קומענדיגע יארן, צו באשיצן די וויכטיגע אונטערוואסער דראטן פון סאבאטאזש, וויבאלד עס איז דא א זארג אז די רוסישע רעגירונג וועט מעגליך צילן צו צעשניידן אדער שעדיגן די דראטן מיט’ן ציל צו שטערן טעלעקאמיוניקאציע און אינטערנעט פארבינדונג אין מערב וועלט לענדער.
לענגאויס דעם אטלאנטיק און פאסיפיק אקעאנען, טויזנטער פיס אונטער’ן וואסער, לויפן מיילן און מיילן ספעציעלע דראטן, וועלכע פארזיכערן טעלעקאמיוניקאציע און אינטערנעט פארבינדונג פון איין עק וועלט צו די אנדערע, און דער בריטישער הויפט מיליטערישער מארשאל סטוארט פיעטש זאגט, אז וויבאלד די דראטן באלאנגען נישט פאר קיין שום לאנד ספעציפיש און ווערן נישט גוט געמאניטערט, קען רוסלאנד זייער גרינג עס סאבאטאזשירן, דורכ’ן אראפשיקן סובמארינען עס איבערצושניידן.
רוסלאנד זאגט אז זי זוכט דאס נישט צו טאן, אבער דאס בריטישע מיליטער נעמט דעם געפאר ערנסט און וועט אנהייבן מאניטערן.
קרעדיט: דער איד