וואשינגטאן – שטייענדיג ממש געציילטע וואכן בעפאר פרעזידענט טראמפ וועט אפצייכענען די ענדע פון זיין ערשטן יאר אלס פרעזידענט, האט ער אפגעהאלטן אן אינטערעסאנטע צערעמאניע אין ווייסן הויז פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, וואו ער האט “געשניטן” די פעדעראלע רעגולאציעס, צייגנדיג אז ער האלט איין א הויפט קאמפיין פארשפרעכונג.
ביים אריינקומען אין ווייסן הויז, האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער, אז פאר יעדע נייע פעדעראלע רעגולאציע, וואס וועט באשטעטיגט ווערן אונטער אים, וועלן צוויי אלטע מוזן עלימינירט ווערן. ביי דער צערעמאניע אין ווייסן הויז האט ער געזאגט, אז מען איז אפילו געווען מער סוקסעספול ווי זיין צוזאג, ווען פאר יעדע נייע רעגולאציע, האט מען עלימינירט 22 אלטע.
די צערעמאניע איז אפגעהאלטן געווארן פארנט פון עטליכע הויפנס ווייסע פאפירן, ווען אויף איין זייט זענען געשטאנען קליינע הויפנס און עס איז געלעגן דערויף א צעטל “1960”, אז עס זענען יענעם יאר בלויז געווען 20 טויזנט בלעטער פעדעראלע רעגולאציעס, און פון דער אנדערער זייט א ריזיגן הויפן, מיט א צעטל דערויף “היינט”, אז עס זענען פארהאן 185 בלעטער רעגולאציעס.
פארנט פון די הויפנס פאפירן איז געשטאנען א גרויסע שטיק רויטע בענדל, און דער פרעזידענט האט דאס אפגעשניטן מיט א גאלדענעם שערל, געבנדיג דערנאך א רעדע, וואו ער האט דערקלערט אז זיין אדמיניסטראציע באשיצט דעמאקראטיע און פרייהייט, און עפנט מער ביזנעס געלעגנהייטן, דורכ’ן שניידן אזויפיל רעגולאציעס פונעם פעדעראלן סיסטעם.
קרעדיט: דער איד