דער אינערן מיניטער פון איטאליע האט היינט געמאלדן אז אימיגראטן האבן פארכאפט א האנדלס שיף וואס האט זיי געראטעוועט, און יעצט פארט ווארשיינליך די שיף אין ריכטונג פון מאלטא.
לויט באריכטן האבן די סטעף פון די שיף Elhiblu 1 געראטעוועט 108 אימיגראנטן אינמיטן ים, אבער די לעצטע האבן אטאקירט די איינגעשטעלט ווען ס’איז זיי קלאר געווארן אז די שיף טראגט זיי צוריק קיין ליביע, וואס פון דארט קומען זיי.
די שיף איז געווען אויפן וועג פון טעקיי קיין טריפאלי-ליביע, ווען זיי האבן ארויפגענומען די 108 אימיגראנטן.
דער ווארטזאגער פון די באוואפנטע קרעפטן פון מאלטא (מאלטא איז א קליין לענדל, וואס פארמאגט אונטע איר קאנטראל עטליכע אינזלען, אין דרום זייט פון איטאליע) האט באשטעטיגט אז די שיף איז פארכאפט געווארן, און ער האט איבערגעגעבן אז די אויטאריטעטן פאלגן נאך איר פארשריט. די שיף האט געטוישט איר ריכטונג זייענדיג בלויז 6 מייל ווייט פון טריפאלי.
זיי זענען נישט קיין נעבעכדיגע אימיגראנטן, נאר ים רובער, זאגט דער איטאליענישער אינערן מינסיטער סעלביני, וואס דינט אויך אלס דער פארזיצער פון די עקסטרעם רעכטע פארטיי אין איטאליע “די ליגע”. זיי וועלן נאר זען איטאליע מיט א טעלעסקאפ האט ער שפעטער צוגעלייגט.
א שווערע בילד