בריטאניע איז געבליבן פארהאקט אין א פארשטאפטע געסל, נאכדער וואס די פארלאמענט האט נעכטן אפגעווארפן אלע אכט אלטערנאטיווע פארשלאגן פאר א דיעל מיט די אייראפעישע יוניאן.
צווישן די פארשלאגן איז געווען: 1. ארויסצוגיין אן קיין דיעל. 2. אנולירן בכלל ארויסצי פונעם אייראפעישן יוניאן.
מעי האט פארשפראכן פאר די קאנסעווארטיווע פארטיי מיטגלידער אז אויב זיי וועלן שטיצן די דריטע ברעקזיט פארשלאג, נעמליך די דיעל וואס זי זעלבסט האט אויסגעארבעט; וועט זי רעזיגנירן נאך פאר די צווייטע שטאפל פון די געשפרעכן. עטליכע קעגנער האבן טאקע געשטימט יא, צווישן זיי דער געוועזענער אויסערן מיניסטער באריס דשאנסאן, אבער א גרויסע טייל האבן געמאלדן אז זיי זענען נאך אלס דערקעגן.
אזוי אויך די צפון-איירלאנדישע פארטיי, די D-U-P, וואס אויף אירע צען פארלאמענט מיטגלידער לאנט זיך אן די רעגירונג פון מעי; זענען געבליבן פעלזן פעסט ביי זייער מיינונג צו שטימען קעגן.
“איך וועל נישט שטימען דערפאר, אפילו מ’וועט מיר אריילייגן א רעוואלווער אין
מויל” האט מארק פראנסוע, איינער פון די קאנסעווארטיווע פארלאמענט מיטגלידער, געזאגט פאר די בריטישע נייעס סטאנציע בי-בי-סי.
קומענדיגע מאנטאג וועט נאכאמאל באנייעט ווערן געשפרעכן איבער די ברעקזיט דיעל, אבער די פארלאמענט פארזיצער האט קלאר געמאכט אז ס’גייט נישט ארויפגיין פאר אן אפשטימונג, אויסער אויב ס’האט א זיכערע מאיאריטעט.