ארבעטער אין די לופטפעלד אין די “ווילעי פאוסט-וויל ראדזשערס מעמאריעל לופטפעלד” אין יוטקוואגוויק, אלאסקע, זענען געווארן ערשטוינט צו טרעפן א באזוכער אויף די עירפארט ראנוועי, ביי די ארבעט פון אפרייניגן דעם שאסיי פון א שניי וואס איז געפאלן דורכאויס די נאכט שטונדן, נעמליך א 450 פונטיגער ים לייב, ארומקריכנדיג ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.
“עס איז געווען גאר מאדנע צו אנטרעפן אזא גאסט” האט געזאגט איין ארבעטער צו די ען-בי-סי נייעס אגענטור, “איך האב שוין געזען אסאך אינטערסאנטע און קאמישע סצענעס דא אין די לופטפעלד, אבער אזאנס, דאס איז שוין א חידוש.”
בילדער און ווידעא וואס די ארבעטער האבן פארשפרייט, האבן גאר שטארק אויפגעכאפט, מען זעט ווי דער זון שיינט צו א פרישער הערליכער פרימארגן שאפנדיג דעם סצענע צו זיין אויך נאטור אייגנארטיג, און דער ים לייב קריכט ארום אזוי איידל, אויף די ראנוועי, ווערנדיג פארבלאנדזשעט, קומענדיג ארויסצוקריכן פון די דערנעבנדע טייכל.
מען האט אריבערגערופן “ענימעל קאנטראל” באאמטע, וועלכע האבן אוועקגעפירט דעם ים לייב, און די טרעפיק איז נישט געווארן אפגעהאלטן.
די אלאסקא טראנספארטאציע אפטיילונג האט ארויסגעשיקט א קאמישער ווארענונג צו די פילאטן, טרייבנדיג שפאס אין רעאקציע פון דעם באזוכער, שרייבנדיג אז מען זאל אכטונג געבן פון “נידריגע ים לייבן”, א ווארט וואס איז ענליך צו די טערמין פון נידריגע וואלקענעס אין די ארטיגע שפראך.
כאטש וואס די ים לייב איז די ערשטער גאסט פון סארט באשעפעניש, האט דער עירפארט ווארטזאגער שפעטער געזאגט אז די לופטפעלד האט שוין געזען אסאך באשעפענישן אויף די פארנומענע ראנוועי, צווישן זיי פאולער בערן, קארעבאו, און גרויסע פייגל. ער האט אויך געזאגט אז פייגלעך מאכן אויס ארום 90 פראצענט פון פליגער קראכן און שאדן וואס די אייזענע פליגערס האבן אין די לופטן בעת ווען באשעפענישן זענען א זעלטנהייט צו מאכן שאדן פאר פליגערס.