ניו יארק – מאנופעקטשורינג ביזנעסער אין ניו יארק האבן נישט געהאט קיין גוטן מאנאט דערווייל אין דעצעמבער, לויט פרישע ציפערן וואס די פעדעראלע רעזערוו באנק’ס ניו יארק אפטיילונג האט ארויסגעגעבן. דער באנק זאגט אז די צאל שיפמענטס וואס ניו יארקער פאבריקן האבן ארויסגעשיקט, איז געשטיגן עטוואס, אבער אין דער זעלבער צייט זענען אריינגעקומען ווייניגער נייע באשטעלונגען.
קוקנדיג אויף ארבעטער אין די פאבריקן אין ניו יארק, איז עטוואס געפאלן די צאל פאבריקן ארבעטער וועלכע ווערן אויפגענומען, אבער נאך אלץ האבן פאבריקן אויפגענומען פרישע ארבעטער.
ביזנעס עקספערטן זאגן אז דער וועג וויאזוי ניו יארקער פאבריקן וועלן שטייגן אדער פאלן, וועט זיין א גוטע אנדייטונג אין די קומענדיגע יארן צי אמעריקאנער בירגער זענען נאך אינטערעסירט צו שטיין אין פאבריקן און פאבריצירן פראדוקטן, אדער וועט אלעס ווייטער מוזן געמאכט ווערן אין אויסלאנד, וויבאלד ניו יארק איז א סטעיט וועלכע האט זיך ראדיקאל טראנספארמירט פון אן אינדוסטריעלע סטעיט צו א מאדערנע סטעיט מיט די פינאנציעלע מארקעטס און טעכנאלאגיע ביזנעסער.