אטלאנטא – אן ערנסטע אוויאציע קריזיס האט זיך נעכטן איבער׳ן טאג אנטוויקלט אין אטלאנטא, דזשארדזשיע, און אלס רעזולטאט אין פילע לופטפעלדער איבער׳ן לאנד, נאכדעם וואס א קורצשלוס האט אויסגעבראכן אינעם הארטספיעלד-דזשעקסאן אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין אטלאנטא.
דער קורצשלוס האט פאסירט ארום 11:30 אינדערפרי, ברענגענדיג אז אלע געסקעדזשועלטע פליגערס האבן זיך נישט געקענט הייבן, וויבאלד די קאמפיוטערס, וואס ווערן גענוצט איינצושרייבן די פאסאזשירן, האבן אויך נישט פונקציאנירט.
נישט לאנג דערויף, האט די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע דערקלערט אז קיין שום פליגערס פון איבער׳ן לאנד וועלן נישט קענען לאנדן אינעם לופטפעלד, צוליב׳ן קורצשלוס, וואס האט באדייטעט אז אלעס אינאיינעם זענען צענדליגער טויזנטער פאסאזשירן אין לופטפעלדער איבער׳ן לאנד געבליבן שטעקן. אן אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן צו דערגיין וואס עס האט געברענגט דעם קורצשלוס.
קרעדיט: דער איד