ארטיקלען און געדאנקען

א “גוטער” שמועס, מיט’ן זינגער און מוזיק שטערן לוי פאלקאוויטש

אריינפיר: עס איז שוין די צווייטע מאל, וואס די אידישע מוזיק מארקעט, באקומט א פעקל פון געזאנגען מתנות, נייע לידער, פריש ארויס פון די קאמפאזיציע אויווענעס, ארויפגעשטעלט אויף ווערטער און שורות דורך מומחים, און הערליך אראפגעזינגען דורך דער ערשטקלאסיגער בעל מנגן ר’ לוי פאלקאוויטש הי”ו, וועלכע איז שוין מהנה אידן ביי שמחות און אוונטן פאר איבער צען יאר. לוי איז איין צווייגל אין א טאלאנטפולער פאמיליע פון זינגער און חזנים, און די פוליצעס אין אלע געשעפטן דערציילן אז עס איז ווידעראמאל לוי’ס צייט, ווען פון איבעראל הערן זיך די ניגונים פון די נייע הערליכע סידי טוב לי. די בחורים טאנצן, די אינגעלייט הערן דאס ביים דרייוון, די געשעפטן שפילן דאס אויף די הויכהילכער, און די זינגער ליינען אפ די שכח’ס פונעם דעקל… און געוויס זיך איינ’חזר’נדיג די ווערטער און טענער צו זיין גרייט דאס אראפצולייגן און זינגען ווען עס וועלן אנהויבן צו שטראמען די פארלאנגען דערויף, און יעדער וועט זיך בעטן פאר ניגונים פון טוב לי.

אין די גאר פארנומענע צייט, ווען לוי ווערט געקלאפט אין די פלייצע פון אלע זייטן, און ער איז פארנומען מיט צענדליגע זאכן וואס נעמען אריין דאס ארויסקומען מיט א נייע אלבוים, כאפן מיר לוי פאר עטליכע מינוט, האלטנדיג נאכן געבן אן אינטערוויו פאר א פרעסטיזשפולער אויסגאבע אין ארץ ישראל, און בעפאר א שמחה ווי ער יאגט זיך צו ארויספארן בעפארן אריינפאלן אין טרעפיק. דער זינגער האט מיט זיינע יארן ערפארונג פון פארן אויף שמחות א פונקטליכער פארשטאנד ווען און וויאזוי צו אנקומען אין אנדערע שטעט, דארפנדיג מאכן זיין וועג צו ברוקלין, לעיקוואוד, מאנסי, און אנדערע שטאטן אין אמעריקא, ווי עס קומען פאר גרויסע אידישע שמחות און אוונטן, און בכדי זאכן זאלן נישט צופאלן, מוז ער זיין אין צייט אפטמאל נאך ווען די זאל איז ליידיג, צו קענען אויספרובירן די מייקס, די סיסטעם, די סאונד און אנדערע זאכן וואס אויב וועט דאס נישט קלאפן, וועט דאס ברענגען קאפוויי און אפטמאל הארצויי…

טוב לי איז די נאמען פון די נייע אלבוים, און אז מיר האבן שוין לוי אויף א שמועס וועלן מיר שוין געוויס אנרירן אנדערע טעמעס וואס שפילן זיך אפ אין א זינגער’ס קאלירפולן לעבן, די ארומלויפן אויף פובליק פלאטפארמעס און זינגען פאר אזויפיל פארשידענע מענטשן איז א שטייגער וואס גייט סינאנים מיט דער מתנה פון הימל אויף א שיינע שטימע. אין א אויסשליסליכער פראיעקט לאמיר כאפן א שמועס מיט לוי פאלקאוויטש, זינגער ביי אידישע שמחות, און ארויסגעבער פון די אלבוים “טוב לי” א צייט אפשניט נאך די ערשיינונג פון זיין ערשטער אלבוים “אחכה לו” אן אלבוים אויף וואס מען האט געווארט א לאנגע צייט.

 

 


די ארטיקל ווערט געברענגט צו אייך און ערמעגליכט, דורך אונזער ספאנסער, די פירמע “Dvash” מיט די בעסטע סנעקס צו יעדע צייט.

פארזוכט די געשמאקע נייע ווייטאמין געטראנק, געברענגט צו אייך דורך דבש, מיט די בעסטע טעם, געזונטסטע מינעראלן, און פיינע הכשר. עס וועט אייך געבן דעם שטופ פארן טאג!

 

באזוכט דא צו זען און באשטעלן: www.Dvashfoodsusa.com


Project Powered  By: Music On Time 


טאלאנט אין די פאלקאוויטש פאמיליע

בעפאר מיר הערן איבער טוב לי, הערן מיר פון לוי איבער די טאלאנט אין די פאלקאוויטש פאמיליע. פון ווי שטאמט עס? לוי רעדט און דערציילט.

“די טאלאנט אין אונזער פאמיליע האבן מיר באקומען פונעם אויבערשטן אוודאי, און עס קומט פון מיין מאמע זייט. פון מיין מאמע, און מיין מאמע’ס מאמע.

ווען איך בין געווען אינגער, בין איך אויפגעוואקסן מיט מיין מאמע’ס ניגונים. זי האט אריינגעברענט און איינגע’חזר’ט אסאך אידישע לידעלעך וואס זי האט נאך געדענקט פון פאר די מלחמה. זי האט אנגעהויבן אין די ערשטע קלאס פון בית רחל ד’סאטמאר, נאכן קריג, און זי האט אויסגעלערנט די ניגונים פאר אירע תלמידות, אסאך אידישע ניגונים וואס זי האט אריינגעברענגט נוצט מען נאך ביז היינט אין די סאטמארע קעמפס. זי פלעגט זיין זייער מוזיקאליש, און אלעמאל געגליכן צו זינגען און זען וויאזוי מיר זינגען.

לוי’ס קאריערע

זינט לוי איז אריין אין די ליין האט ער שוין געהאט טויזענטער אויפטריטן, עס איז אינטערסאנט צו הערן וויאזוי זאכן האבן זיך געטוישט פון אמאל ביז היינט. מיר פרעגן לוי, איבער זיין אייגענע קאריערע, ווען האט זיך דאס אנגעהויבן, און ווילאנג גייט דאס שוין אן. לוי קנייטשט צוזאם די שטערן און ענטפערט.

“איך זינג שוין עפנטליך פאר ארום 10 יאר.

לוי זינגענדיג אין ארץ ישראל

איך זינג שוין באמת לענגער, נאר נישט אויף דעם שטאפל. איך האב שוין געזינגען אלס קליין קינד און איך גלייב אז דאס האט מען שוין געשמועסט גענוג אין אנדערע אינטערוויוס. יעצט איבער וואס האט עס זיך שוין געטוישט זינט די אנפאנג פון מיין קאריערע ביז היינט, קען מען צוטיילן וואס עס האט זיך געטוישט ביי מיר, און וואס עס האט זיך געטוישט בכלל.

ביי מיר וואס האט זיך געטוישט איז אז אנהויב האב איך נישט געהאט די ערפארונג, די שטימע, די קול טרענירונגען און אזוי ווייטער דאס איז איינס. אויך האט זיך ביי מיר געטוישט די פאקט אז כ’האב שוין ארויסגעגעבן 2 אלבוימס, געזינגען אויף אזא זיבן אכט הונדערט חתונות, געהאט 2 קינדערלעך קיין עין הרע, און דאס אז דער עולם קען מיך שוין היינט, וואס א נאמען דויערט יארן צו בויען, און איך דארף שוין נישט אריינשיקן קיין סעמפל”ס צו קיין מחותנים…

בכלליות האט זיך אויך די אידישע מוזיק מארקעט אסאך געטוישט, עס האט זיך אויסגעשפרייט, און עס איז שוין נישט פאקוסירט צו די זעלבע 4 צו 5 גרויסע שטערנס, נאר מער איבער די צענדליגער חתונה זינגערס, און מוזיקאנטן וואס טוען זייער זאך און זינגען ביי חתונות, עס שפרודלט זיך א וועלט פון א טאלאנט קיין עין הרע.

שווערע צייטן אין אנהויב

איך וואלט אויך אנגעצייגט איבער א פאזיטיווע טויש אין די מוזיק וועלט. אנהויב ווען איך האב אנגעהויבן זינגען איז די עקאנאמיע אריבער א רעסעסיע, און מענטשן האבן זיך זייער געמוטשעט אנצוגיין. אין אזעלכע צייטן געווענליך ליידט די וועלט פון אונטערהאלטונג די מערסטע, ווייל עסן און געזאלין איז א מוז ווייטער צו האבן, און ביי חתונות קען מען זיך שוין שפארן. דעריבער איז עס געווען א שווערע צייט פאר די מוזיק ביזנעס.

אחכה לו און טוב לי

אין די בחינה פון “א גוטע זאך נעמט לאנג.” איז נאך אסאך יארן פון ווארטן ערשינען דעם אלבוים “אחכה לו” וואס ווערט גערופן נאך א ניגון אין די סידי, און איז שוין אינאיינוועגס פאסיג צו די געדאנק אז עס האט גענומען אזוי לאנג ביז לוי איז ארויסגעקומען דערמיט. לוי זאגט אז “ער האט א געוואלדיגע דאזע פון פערפעקציאניזם, און ער וועט ענדערש ארבעטן לענגער און ארויסגעבן שענער.” יעצט מיט די ערשיינונג פון די אלבוים “טוב לי,” איז אינטערסאנט צו הערן פון לוי איבער די טויש אין שניט, און וואס עס איז אנדערש דער יעצטיגער אלבוים, פון דער ערשטער.

דעקל פון די נייע אלבוים, טוב לי.

לוי זאגט אז ביים ערשטן אלבוים האט ער געדארפט צייגן אז ער קען ארויסגעבן א סטענדערט אלבוים, אבער מיט זיין קוואליטעט און אויסוואל. “אזוי איז טאקע געווען. איך האב געמאכט אן אלבוים ווי עס איז די סטענדערט. כ’האב געהאט דארט 2 חתונה “היט”ס,” א ווארימע חסיד’ישע ניגון, א קומזיץ ניגון, א אידישער ניגון, אן אינטערסאנטער ניגון, אן “אפליפטינ”ג” ניגון, א דיפרענט ניגון, און ברוך השם, מען הערט עס נאך ביז יעצט.

מיין צווייטע אלבוים, איז אינגאנצן אן אנדערע שניט. ס’איז נישט געווען אזוי ווייט צו זוכן היטס, צו פארקויפן היטס, ס’איז געווען די מערסטע געבויעט אויף “וואו איך קען ווייזן מיינע בעסטע כשרונות,” וואו שיין איך די מערסטע, וואס גייט זיין יוניק, וואס וועט זיך גוט הערן, וואס וועט זיין א געשמאקע אויסוואל פון ניגונים וואס הערן זיך פליסיג פון איין טרעק צום אנדערן, אן אלבוים וואס מען קען צוהערן אין 10 יאר ארום אויך, און נישט אזוי ווייט באזירט אויף וואס עס ארבעט היינט אויף א פלאטפארמע, נאר וואס עס “וויאזוי קען איך געבן פאר מענטשן די ערפארונג וואס הערט זיך די בעסטע.

 וואס האסטו זיך געלערנט ביים ערשטן און געוואוסט צו אכטונג געבן דאסמאל? שטעלן מיר א פראגע אויף וואס לוי ענטפערט. “2 זאכן. קודם האב איך זיך אויסגעלערנט וואס דער עולם גלייכט פון מיין געזינגעכץ, אויף וואס דער עולם איז דאנקבאר, די ערפארונג אין סטודיא וויאזוי צו מאכן זאכן שנעלער און געשמאקער, און וויאזוי איך קען זיך אפהאלטן פון אריינווארפן איבריגע געלט אין מיסט. און ב”ה די אלבוים האט מיר געקאסט 40 טויזנט דאלער ביליגער ווי די ערשטע.

אויך האב איך זוך אין דעם אלבוים אפירגעזוכט פלעצער וויאזוי צו באקומען מער קוואליטעט פאר מיין געלט, און עס איז טאקע געווען באזירט אויף די ערפארונג פון די פריערדיגער אלבום.

פארוואס עפעס טוב לי?

אז מען רעדט שוין פון “טוב לי” פארוואס ווערט די סידי אזוי גערופן. וואונדערן זיך געוויס אסאך ליינער. לוי איז מסביר, אז טוב לי איז א צייכן פון גוט, געשמאק, ס’איז פיין. לויפנדיג אויף א פאזיטיווע שניט. לוי זאגט:

איך האב אפאר תירוצים פארוואס טוב לי. די עיקר סיבה איז פשוט, “לוי, טוב לי”. עס זאגט זיך גוט, עס הערט זיך גוט. “טוב לי” וואס קען זיין שלעכט מיט אזא נאמען? “אז ס’איז מיר גוט, איז דאך דיר גוט.” אז א מענטש זעט “טוב לי” גלייכט ער עס, פשיהא, די פשוט’ע פירוש המילות רעדט פאר זיך אליין.

כ’האב געזען עמיצער שרייבט, טוב ל”י, איז גימטריא, “לוי יצחק” איז דאך ווייטער גוט.

פון אלע ניגונים האב איך געשפירט אז די ניגון זאגט זיך די געשמאקסטע. און ברענגט א גוטער פאזיטיווער מעסעדזש.

פרישע קאמפאזיטער, צו ברענגען “פרישקייט”

אסאך וואונדערן זיך פארוואס לוי האט זיך ארויסגעלאזט זוכן ניגונים ביי פרישע נעמען, און כמעט נישט גענוצט די אלטע שטערנס. מיר ברענגען ארויף די פראגע ביי אונזער שמועס. און לוי ווי עס שיינט האט שוין ערווארטעט די פראגע.

לוי פאלקאוויטש זינגט ביי א חתונה

“דאס איז עפעס וואס איך האב געטון ביי די פריערדיגע אלבוים אויך. אפשר נישט אזוי ווייט ווי ביי די יעצטיגע אלבוים.

ביי די פריערדיגע אלבוים האב איך געהאט ניגונים פון יוסי גרין, פון פינקי וועבער, און זיי זענען ביידע שטארקע ניגונים.

איך האב אבער געזען אז די ניגון “ויעזור” האט אריינגעברענגט פרישקייט, “דע” האט אריינגעברענגט פרישקייט, די ניגון “חמדת” האט אריינגעברענגט אן אינטערסאנטן קאליר. דאס זענען אלע געווען פרישע קאלירן. מען האלט אין איין זאגן אז מען דארף מאכן היטס, און אז מען דארף מאכן פרישע היטס. און מען זאל מאכן דיפרענט סטייל ניגונים. פאר פרישע און דיפרענט סטייל ניגונים, דארף מען גיין צו דיפרענט און פרישע סטייל מענטשן!

יעדער איינער, נישט קיין חילוק צי ער האט 100 היטס, צי ער האט 5 היטס, האט א געוויסע קאט, א געוויסע שניט. צו האבן נייע קאלירן, מוז מען גיין צו נייע מענטשן. און נישט אז איך בין נישט געגאנגען הערן ביי יעדן. וואס האט מיר געכאפט האב איך גענומען, און וואס נישט, האב איך נישט גענומען.

כסדר’דיגע פארשפעטיגונגען, צוליב טעכנישע סיבות

אז מען ציעט שוין אן דעם ציבור אז אן אלבוים קומט ארויס, און עס פרייען זיך די מוזיק ליבהאבער, “פארוואס זאל מען זיי אנציען און לאזן ווארטן מיט כסדר נייע דאטומען און פרישע פארשפעטיגונגען?” האט מען געקענט הערן פון געוויסע מוזיק פענס זיך אייסערן, ביים הערן אז די “ריליעס דעי”ט” פון די נייע אלבוים איז שוין ווידעראמאל אפגעלייגט געווארן. פאר לוי איז דאס אויך געוויס שווער, ווען ער וויל זיך שוין זען אינדרויסן און עסן די פרוכטן פון די הארעוואניע, אלזא פארוואס פעלט אויס די גאנצע מעשה פון טוישן דאטומען און אפשטופן כסדר?

לוי ענטפערט דערויף אז עס איז גאר פשוט. “טעכנישע סיבות”. אמאל איז א זאך נישט גרייט, אמאל מיינט מען אז א זאך גייט זיין גרייט, און דער אמת איז אז דער דאטום איז קיינמאל נישט געווען פריער אויף זיכער. און איך האב געוואלט ארויסקומען א 2 יאר נאך די ערשטע, אבער איך האב געזען אז דאס איז נישט פארטיג, און יענץ איז נישט גרייט, ב”ה איך זינג אסאך, און דער אראנדזשירער ר’ אברהם מרדכי ארבעט אויך אסאך, מיר זענען ביידע גאר פארנומענע מענטשן וואס ארבעטן רוב נעכט פון די יאר, און די איבריגע נעכט זענען שבתים און ימים טובים און אנדערע וויכטיגע טעג, און אין די ביסל צייט וואס בלייבט איבער דארף מען נאך קענען טון די ארבעט בשלימות, עס גייט אריין אין אן אלבוים אסאך ארבעט, און עס מוז געטון ווערן זייער דעליקאט, איינמאל און נאכאמאל. אין אזא אלבוים גייט אריין אסאך שעות און עס איז נישט אז מיר האבן א פראדוצירער וואס פראדוצירן איז זיין ארבעט און ער האט אסאך צייט דערפאר, מיר דארפן האבן פון וואו צו נעמען די שעות.


אדווערטייזמענט – טאלאנטפולער מוזיקאנט, צו באשיינען אייער שמחה אדער אווענט – רופט צו באשטעלן, דוד ווייזער – 1-347-822-3397


איבערן אלבוים קאווער

ווער האט געמאכט די גרעפיקס פונעם דעקל, און פארוואס לייגסטו נישט צו א בילד פון דיר? פרעגן מיר לוי, איבער די מארקעטינג געדאנק פונעם דעקל.

” די דעקל האט געמאכט ר’ זעליג אייגער הי”ו פון “פיינעל טאט”ש.” וואס האט אויך געמאכט די פריערדיגע דעקל. כ’האב זייער ליב געהאט די פאריגער דעקל, ווייל כ’האב געוואלט אז די גרעסטער טייל פונעם דעקל זאל זיין “לוי,” און די איבריגע טייל קומט שוין נאך. און איך האב געוואלט גיין די זעלבע מהלך די מאל נאכאמאל און ב”ה עס איז אויסגעקומען הערליך.

דאסמאל זענען מיר געגאנגען מער נאסטאלגיש, און “אלד פעשנד” אנדערש ווי די פארגאנגענע מאל וואס מיר זענען געגאנגען מער אויף א מאדערנער וועג.

לוי זינגט פאר טויזענטער מענטשן ביי אן אוונט אין ארץ ישראל

פארוואס איך לייג נישט קיין בילד פון מיר אויפן דעקל איז ווייל איך שפיר נישט ווי עס העלפט מיר צו, איך האלט אז יעדער קען מיר שוין פון די חתונות און קליפס, און מיין ציל איז צו פרעזענטירן מיין ארט, מיין מוזיק, איך פארקויף מיך. איך וויל אז דאס זאל ווערן פרעזענטירט ווי מיין ארט, און איך זע נישט ווי דאס קען מיך צוהעלפן מיט דעם.

10 טרעקס, פארוואס?

“אז עס וועט זיין 11 וועט זיין בעסער?” פרעגט לוי צוריק? און אז איך וועל לייגן 12 וועט מען פרעגן פארוואס 12 און נישט 10…

10 איז געווען אלעמאל די סטענדערט, און ספעציעל, אז די אלבוים האט צופיל חומר, גוטע זאכן ב”ה, גרויסע שטיקער, איז אסאך מאל שפיר איך אז אויב אן אלבוים איז צו לאנג, פארלירט דער עולם פאקוס, און די ארבעט גייט לטמיון, ווען די ניגונים וואלטן געווען איינס נאך די אנדערע פשוט’ע ניגונים, וואלט איך פארשטאנען אז מען זאל צולייגן נאך א ניגון, נאך א היט, פארוואס נישט. אבער אז מען האט גוטע זאכן, מען האט א שני אחים, א אחד המרבה, א סוד של משקה, א מלאך, דאס איז אלעס שווערע לאנגע ניגונים, און איך מיין אז אין לענג איז דאס איז די זעלבע לאנג ווי די פריערדיגע אלבוים. איז מען פארלירט גארנישט.

פארוואס נוצן אן אלטער ניגון?

איינע פון די טרעקס אויפן אלבוים איז א באקאנטע ניגון. פארוואס זאל לוי נוצן אן אלטע זאך? מיר פרעגן לוי דערוועגן.

“עס איז נישט סתם אז איך האב גענומען אן אלטער ניגון און דאס ארויפגעלייגט ווייל כ’האב זיך געוואלט שפארן געלט. נעמען א ניגון פון ר’ יום טוב עהרליך קאסט מיר אויך. מען דארף באצאלן פאר די משפחה.

איך האב ספעציפיש געוואלט נעמען א ניגון פון ר’ יום טוב עהרליך ע”ה, איך האב אלס גע’חלומ’ט פון מאכן א יום טוב עהרליך קאלעקשן, איך ווייס נישט צו איך וועל אנקומען דערצו, אדער נישט, אבער א ניגון פון ר’ יום טוב עהרליך איז ביי מיר גאר א וויכטיגער זאך, עס איז א חלק פון מיין נשמה. און די א-ב פון מיין מוזיק. און אז איך לייג ארויס אן אלבוים וואס רעדט פון מיין נשמה, וויל איך לייגן א זאך וואס איז א חלק פון מיין נשמה. און ר’ יום טוב עהרליך איז א חלק פון דעם דזשוירני.


אדווערטייזמענט: א חתן וויינט צו אייך, זיין טאטע האט נישט קיין געלט און זיין חתונה איז אין עטליכע וואכן, ער קען נישט ארויסנעמען זיין שטריימל, ביטע העלפט אים ארויס. די מצב איז גאר שווער, דרוקט דא צו העלפן


פארוואס זעט מען נישט קיין לוי פאלקאוויטש סינגלס?

רעדנדיג פון לוי’ס נייע סידי, און פון זיין מוזיק, שטעלט זיך די פראגע. פארוואס לוי האט נאך דערווייל נישט גענומען א טייל אין די רעוואלוציע פון סינגלס. א זאך וואס איז שטארק געווארן אויפגעכאפט. לוי קוקט אן סינגלס ווי “ארויף אדער אראפ.” אדער וועט עס גיין גאר גוט, אדער וועט עס גיין זייער נישט גוט.

עס איז דא זייער אסאך סינגלס ממש יעדן טאג, און כדי אז א סידי זאל דורכלעכערן, מוז עס זיין עכט עכט גוט. יעצט, איך האב געהאט קאנפידענץ אין געוויסע ניגונים ווי ויעזור, אז אויב וועט ארויסקומען אלס א סינגל, וועט עס מאכן א גוטע ארבעט. אבער איך האב געטראכט אז נאכדעם וועט זיך עס הערן שוואך אויפן אלבוים און עס וועט נישט טון וואס עס דארף טון.

דעקל פון לוי’ס ערשטע אלבוים “אחכה לו”

איך גלייב אין געבן פאר מענטשן א מוזיקאלישע ערפארונג, א מוזיקאלישע שפאציר. אויסהערן אן אלבוים וואס האלב פון די ניגונים זענען שוין געווען אינדרויסן פארלירט עס די קאנעקשן. מען דארף אויסהערן אן אלבוים פון א’ ביז ת’ און מען קאנעקט דערצו, מען הערט עס איבער און איבער. א סינגל איז מער זיך צו לאזן הערן אז מ’איז נאך דא, און מ’איז נאך רעלעוואנט. א סידי איז מער א גאנצע ארבעט.

און נישט אז איך האב עפעס קעגן ארויסגעבן א סינגל. עס קען זיין איך וועל נאך ארויסגעבן סינגלס. נאר איך האב נאכנישט גע טראפן די סיבה עס צו טון ביז יעצט.

א פרייז פאר פערפעקציאניזם…

“א גוטע זאך קומט באגלייט מיט שוועריגקייטן.” ווייסט יעדער צו זאגן. און מער ווייסט יעדער איבער די שטיינער און וועג פאר א היינטיגער זינגער, ביים ארויסקומען מיט אן אלבוים. די טעכנאלאגיע האט געברענגט אז ס’זאל זיין גרינג צו נעמען יענעמס ארבעט און דאס פארשפרייטן אין איין רגע, צו טויזענטער מענטשן.

וועלכע נאך שוועריגקייטן ביסטו דורך, לענגאויס דעם וועג? ארויסצוגעבן דעם שיינעם ריינעם פראדוקט. פרעגן מיר פון לוי. אויף וועלכע עס קומט דער דראמאטישער ענטפער. “ארויסצוגעבן אן אלבוים, איז איין שטיק שוועריגקייט.” עס איז נישט קיין זאך וואס קומט אן גרינג, און מען לייגט אריין שווערע כוחות אויף יעדע שטאפל פון די וועג. טרעפן די ניגונים, זיך אויס’טענה’ן איבער די אויסוואל, ארבעטן מיט די אראנדזשירער. ארויפפארן קיין ארץ ישראל 3 צו 4 מאל, נישט זיין אינדערהיים, קאמפליקאציעס, מען רעקארדירט זאכן און עס קומט נישט אויס גוט, מען דארף צוריקקומען, איבערמאכן, איבערשיקן, איבערמיקסן, אוועקנעמען פון דעם און געבן פאר א צווייטן, אראפנאגלען א זאך, אראפנאגלען אן ארעינדזשמענט, איבערמאכן, נאכאמאל טון, נאכאמאל מאכן. אן אלבוים איז איין שטיק שוועריגקייט, און פארדעם איז דא ווייניג גוטע. פערפעקציאניזם האט א פרייז צו צאלן…

וואס איז די סוד צו ווערן אויפגעכאפט?

לאמיר אביסל אוועקריכן פון לוי’ס סידי און זינגעריי, און רעדן איבער מוזיק אויף א מער כלליות’דיגער אופן. מען זעט אסאך זינגערס וואס זענען שוין ארויס פון די ליין, און מען זעט אסאך זינגערס אין די ליין וואס זענען נישט אזוי אויפגעכאפט. מיר פרעגן לוי איבער זיין מיינונג וואס עס איז די סוד צו זיין אן אויפגעכאפטער זינגער?

לוי פאלקאוויטש, זינגענדיג ביי אן אוונט

“עס איז נישט דא קיין עכטע סיבה, און ווער בין איך צו זאגן, אבער אזויפיל דארף מען יא האבן, אסאך סיעתא דשמיא, און נשיאות חן. חן מאכט אלעס. מענטשן פרובירן אלעס. אמאל דא עמיצער מיט א שיינע שטימע וועמען עס גייט נישט, און אמאל זעט מען איינעם מיט א שוואכערן שטימע, וואס ווערט א שטארקע זאך. פשוט ווייל ער האט א גוטע כאריזמע, א גוטע כאראקטער, און דאס קומט פונעם באשעפער. ער לייגט אריין די חן אין א מענטש. מענטשן דארפן קאנעקטן צום זינגער, און אויב איז מען נישט גוט דערין, קען מען האבן די העכסטע שטימע, די שענסטע שטימע, אבער עס גייט נישט.

מיר קענען זיצן און שרייבן ניגונים, זוכן היטס, דער אויבערשטער מאכט אפ וואספארא ניגון איז א היט, און וועלכע זינגער עס זאל מצליח זיין.

אבער א זינגער קען פרובירן זיין השתדלות, פרובירן זיך צושטעלן צו די פארלאנגען, אהערשטעלן וואס עס איז יעצט אינטערסאנט, נישט אלעס וואס האט געארבעט נעכטן, ארבעט היינט, נישט יעדע ניגון איז אינטערסאנט פאר יעדע קרייז, און וויאזוי מען טוט דאס, זאל עס זיין אויף א וועג וויאזוי מען טוט קאנעקטן מיטן עולם.

דער עולם קאנעקטירט צום אלבוים

נו רעדנדיג שוין פון קאנעקטן, וויאזוי טוט דער עולם קאנעקטן מיט טוב לי, און וואס זענען די מערסטע אינטערסאנטע פידבעק? פרעגן מיר לוי, מענין לענין

“די מערסט אינטערסאנטע פידבעק וואס איך באקום, איז די פידבעק וואס איך באקום” ענטפערט לוי, בויענדיג אן ענטפער. דהיינו, מענטשן וואס האבן מיר געפרעגט ביים ערשטן טאג. “וואו איז די ויעזור? וואו איז די נפשי? הנסתרות?” און קאמענטירט אז זיי האבן גאנץ ליב די ניגון, אדער יענע ניגון איז גאנץ גוט.

ביים צווייטן טאג זענען געקומען די זעלבע מענטשן און געזאגט, פשיהא, איך הייב אן באקומען די מעסעדזש, איך הייב עס אן גלייכן, איך הייב אן קאנעקטן צום סידי.

ביים דריטן טאג זענען שוין די מענטשן געקומען און געזינגען מיט לויב רייד. וואו! עס איז ממש וואס איך הער אגאנצן טאג איינמאל און נאכאמאל, איך קום צום טעם, און אזוי ווייטער. איז מיטהאלטן די אופן וויאזוי מענטשן ווערן צוביסלעך קאנעקטירט צום ניגון, דאס איז גאר אינטערסאנט.


אין צוזאמענהאנג מיט דעם ארטיקל טוט אייך “ניגון” דיסטריביוטערס שענקען 10% אראפ די פרייז, אויף די הערליכע טוב לי אלבום. ביי “טשעקאוט” לייגט אריין די פראמא קאוד YV10 און די סיסטעם וועט שוין וויסן אז איר קומט פון אידישער ווינקל. צו קויפן טוב לי דרוקט דא לויפט און קויפט


וועלכע ניגונים ווערן אויפגעכאפט?

יעדער איז נייגעריג וואו אזוי זאכן וועלן זיך ארויסשטעלן, און וואספארא ניגונים עס וועלן ווערן אויפגעכאפט, מיר פרעגן לוי וועלכע ניגונים עס האבן דערווייל אויפגעכאפט, און צי עס איז דא א ניגון וואס ער האט פאראויסגעזען צו זיין א זאך.

“אויבנאויף וואס עס כאפט דעם עולם זענען די ניגונים טוב לי, וכל מאמינים, און על הניסים, און עס איז נאך צו פרי צו וויסן וואס עס קומט. און עס איז אלס דא ניגונים וואס מען ערווארט אז עס זאל גיין שטארק. מען קען קיינמאל נישט וויסן.

אנליין אדער אין געשעפט?

פארקויפן איז דאך די הויפט ציל, מען ארבעט שווער, און מען וויל דער עולם זאל באצאלן און הנאה האבן, וואו קויפט דער עולם מער – פרעגן מיר לוי – אין די געשעפטן אדער אנליין.

לוי ענטפערט: איך האב געזען א מאסיווע העכערונג אין אנליין סעילס פאר די אלבוים, אבער סידיס זעלבסט גייען נאך אלס גאר שטארק. פיזישע קאפיעס זענען בעסער אין קוואליטעט, עס איז העכער אין רעזולוציע, און ערצייגט א בעסערע קלארערע זאך פארן אויער. אבער למעשה מענטשן ווילן דאס האבן אויף די דעווייסעס, און קענען שטענדיג אנצינדן, אלזא דאס איז די וועג. און עס איז זיכער א גאר שטארקע פארמערונג, ערנסטע ציפערן, כאטשיג דאבל, אדער אפילו מער ווי די ערשטע אלבוים.

ווער נאך שניידט די פירות?

די פוליצעס ווערן אויסגעליידיגט און איבערגעפולט. די סידי האמערט און זעצט ביי טויזענטער אידישע היימען, מען טאנצט מיט די ניגונים ביי שמחות. מען האט דערגרייכט צום שטאפל פון ברנה יקצרו. געוויס זענען אין אזא אלבוים דא די ארבעט און פינגער אפדרוקן פון אסאך טאלאנט, און מוזיק קאנאנען. ווער זענען זיי? און אויסער לוי, ווער נאך טיילט מיט די זיסע רעזולטאטן פון די אלבוים ערשיינונג. מיר האבן געוואלט לוי זאל רעדן פון 2 נעמען וואס האבן אריינגעלייגט כוחות נאך אים. אבער לוי קען נישט באשטימען, און האט א פיל גרעסערע ליסטע.

עס איז דא א ליסטע פון מענטשן. בעיקר ר’ אברהם מרדכי שווארץ וואס האט געשלעפט דעם פראיעקט אויף זיין רוקן, און זיך אפגעגעבן דערמיט יומם ולילה. אודי דומארי וועלכע האט געמאכט האלב פון די מוזיק, ער האט געמיקסט זיין חלק. און איך האב אפילו רעקארדירט האלב פון די אלבוים ביי אים. ער האט מיר די מערסטע ארויסגעהאלפן מיט טאקטיקן און טעכנישע קונסט.

טאלאנט אין די פאמיליע: בארימטע זינגער, יואלי פאלקאוויטש

נאכדעם האסטו געהאט א מענטש ווי יואלי דיקמאן וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר דעם פראיעקט, ער האט געמיקסט א חלק פון די אלבוים, 3 ניגונים, ער האט געמאכט מוזיק, ער איז געווען אינוואלווד, ער איז געקומען און געגאנגען.

נאכדעם זענען דא געטרייע מענטשן, יואלי הורוויץ פון שירה, יעדע מאל מען האט א פראגע, א מיינונג, א געדאנק פון זיין פערספעקטיוו, איז ער אלעמאל דא געווען פאר מיר, ס’איז דא אלי שפריי, און נישט פארגעסן פון אלי ליפשיץ. נאכדעם איז דא שמשי פריעד, שמשי איז געווען מיין רעכטער האנט אין ארץ ישראל. יעדע קלייניגקייט וואס איך האב געדארפט האבן, גיין טראגן, שיקן געלט, איבערהערן, אפכאפן א קליפ, ער איז אויך געווען פארמישט אין יעדע אטעם.

איז עס איז געווען א שטאב פון מענטשן, מען קען רעדן אסאך דערפון, און זיכער נישט ארויסהויפטן א קליינע צאל.

צום שלוס גיבט לוי איבער א ווארימע דאנק צו השי”ת אויף די סיעתא דשמיא אלעמאל, ער באדאנקט זיך פאר אלע וואס האבן געקויפט דעם אלבוים און הנאה געהאט, און באזונדער פאר די וואס האבן געשיקט דאנק בריוון און שיינע פידבעק.

צום שלוס
מיר געבן איבער די ווארט פאר לוי, צו אדרעסירן דעם ציבור. די צאל פידבעק וואס איך באקום, און די סארטן פידבעק וואס איך באקום, איז ממש וועלטן. אמאל צורייסט דאס מיר מיין הארץ, און אמאל מאכט עס מיר לעכטיג, איך הער צוריק געשיכטעס פון מענטשן, דא הער איך א געשיכטע פון א מיידל וואס איז אוועק נעבעך, און מען זאגט מיר אז די צוויי לעצטע ניגונים וואס זי האט געהערט, זענען גאט זאל מיר שיקן א מלאכ’ל, און נפשי. די גאנצע שטוב האט געזינגען די ווערטער, “גאט זאל איר שיקן א מלאכ’ל,” נאכדעם הער איך צוריק אנדערע מעשיות, פון בחורים, וואס ווערן געשטארקט אין שווערע זמנים, דא הער איך פון מענטשן וואס נעמען א געוואלד מיט חיזוק און שמחה פון ניגונים, עס איז דא אן א שיעור מענטשן וואס קומען צו מיר, און דערציילן מיר ווי שטארק זיי ווערן אינספירירט פון די לידער און געזאנגען, דאס איז די גרעסטע מתנה וואס א זינגער קען באקומען. עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך ווי צו הערן די אלע גוטע זאכן אויף צוריק. זאל השי”ת העלפן מען זאל קענען לאנג אנגיין, און מחיה זיין אידישע קינדער.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.