אזויפיל ווי 41 מענטשן זענען אומגעקומען פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אויף אן אירפלאט פליגער – דער נאציאנאלער רוסישער לופט ליניע – אין א קורצע רייזע וואס האט געטראגן 75 פאסאזשירן און א שטאב פון 5 מענטשן אינעווייניג אין לאנד.
די ערשטע באריכטן זענען געווען אז 41 מענטשן זענען אומגעקומען, שפעטער האט די רוסישע געזונטהייט מיניסטעריום קלארגעשטעלט אז 38 האבן דאס איבערגעלעבט, דאס מיינט אז די אומגעקומענע איז געווען 40, אבער אין ענדע האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ערשטע נומער איז געווען ריכטיג.
צווישן די אומגעקומענע זענען געוועםן 3 פון די מאנשאפט און צוויי יוגנטליכע. איינער פון די מאנשאפט האט זיך כסדר צוריק געקערט צו די ברענעדיגע טייל פונעם פליגער און געראטעוועט נאך און נאך מענטשן, ביז ער איז אין ענדע פארכאפט געווארן אין די פלאמען און געפאלן צו די רויעך.
די פליגער וועלכע איז פון די סוכאוי סופערדזשעט 100 מאדעל האט געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג אין די נאמיאנאלע שרעמטייבא לופטפעלד אין מאסקווע, ווען דער אונטערשטער טייל פליגער איז געווען איינגעהילט אין פלאמען. ווי נאר די פליגער האט געלאנדעט האבן זיך די פאסאנזשירן גענומען אנטלויפן פון די רעטונג גליטשער’ס, טייל מיט זיי האלטנדיג זייערע רענצלעך אין די הענט.
אין אן אינטערוויו האט דער פילאט דעניס אוודאקימאוו שפעטער פארציילט פאר די “קאמסאמאליסקאיאה פראוודא” צייטונג, אז דער פליגער האט זיך אנגעשטויסן אין א בליץ, און דאס האט אונטערגעצינדן דעם פליגער.